איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1060 מאל

איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

שליחה דורך גר ותושב »

פון איין צד שטייען גרויסע רויטע פלאקאטן מיט שרייעדיגע ווערטער איבער די גזירות גיוס און פון די אנדערע זייט שטייען אסאך יודן און קוקן צו מיט ווינדער ווי מען מאכט אן אישו פון ליפט.

די שאלה איז פשוט וואס איז דער אמת איז דען דא א געפערליכע גזירה דעמאלט פארוואס שרייען נישט גאנץ כלל ישראל איך גלייב נישט אז די חסידים וואס גייען צו די בחירות און נעמען געלט פון די מדינה זענען גרייט צו צומאכן זייער מבצר התורה און אויב איז טאקע נישט דא קיין גזירה אז מה כל הרעש?

כדי צו וויסן די אמת האב איך איבער געבליקט די בריוו פון הרב אהרן שעכטער און איך בין אויפגעקומען מיט א שטוענענדיגע תירוץ.

הא לן והא להו!!

הערט און שטוינט ער ברעינגט אראפ אלע חלקים פונעם גזירה לאמיר דאס אביסל צונעמען בקיצור די צייט איז שוין יעצט 1:13 am.

א גרויס חלק פון די "גזירה" איז זאכן וואס זענען נאך נישט שייך היינט נאר זאכן וואס גייט נאכקומען איז ווער עס קען די פאליטיק און ארץ ישראל ווייסט אז עס גייט קיינמאל נישט געשעין ופשוט הוא.

נאכדעים איז דא די חלק וואס איז היינט שווערער צו באקומען א דיחוי מדארף לערנען און ספעציפישע ישיבות און לערנען א סכום שעות דבר פשוט הוא אז איינער וואס וויל זיך נישט זעין אין די גרינע מונדירן וועט זיך א עצה געיבן דערמיט ודי לחכימא ברמיזה.

אבער און דא ביי דער אבער ליגט די תירוץ באהאלטן א חלק פון די גזירה איז אז נאר ישיבות וואס נעמען פאנדינג פון די גאווערמענט קענען זייער תלמידים האבן א דיחוי און פארשטייט זיך אז די אויבערחכמים אויערבאכס סאטמורים נעמען דאך נישט (אויף זייער אייגענע נאמען) קיין פאנדינג איז און אנדערע ווערטער קענען זיי נישט באקומען דיין דיחוי אבער אלע אנדערע מוסדות האבן נישט קיין שום פראבלעים מיט גארנישט.

און דאס איז די תירוץ הא לן והא להו פאר מוסדות התורה געשטיצט דורך די מדינה איז "נישט דא קיין גזירת גיוס" אבער פאר די וואס נעמען נישט די געלט פאר זיי איז "יא דא א גזירות גיוס" איז פארשטייט זיך אוי לאותה בושה ואוי ואותה כלימה אויב אלע חסידותן גייען זיך ארויס דרייען און נאר די פלאטשיגע היטן (און די אויערבאכס פלאטשיגע קעפ) גייען זיך מיזן אנטוהן די לבוש ירוק ועל זה יצא הקצף מיט די אדום האדום הזה פלאקאטן. ודוק כי קצרתי.

דער אשכול פארמאגט 98 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר