א איד האט געשריבן:דאס איז א גוטע ענטפער פאר די פאליציי, וואס איז מיט די חרדקים? וואס זוכן זיי דארט?
ראובן האט געשריבן:אין דעם בראשור וואס איז ארויסגעקומען יו"ט וועגן דעם "גזירת הגיוס" איז געשטאנען אז די מדינה וויל מאדערניזירן די חרדים, ווייל ביז א פאר צענדליג יארן וועט רוב מדינה זיין חרדים. איך גלייב אז ס'איז יש דברים בגוי.
אבער איך האב א צווייטע פראגע: וואס גייען די חרדים טון איבער דעם? אויב רוב מדינה גייט עווענטועל באשטיין פון חרדים וואס ארבעטן נישט, דינען נישט אין מיליטער, צאלן נישט קיין שטייערן, וכו', וויאזוי וועט אזא מדינה האבן א קיום, און וויאזוי וועט עס קענען ביישטיין די קאמפן מיט די ארומיגע אראבישע שכנים אויב די רעגירונג האט א שוואכער מיליטער און ווייניג געלט? אויב דער חרדישער תירוץ איז "דער אויבערשטער וועט שוין העלפן," מעגן זיי פארשטיין אז א מדינה קען זיך נישט פירן נאר מיט בטחון, און מ'דארף מאכן זאכליכע פלענער פאר'ן עתיד. איז וואספארא טענה קען מען האבן אז די מדינה זעט זיך אין אן ערנסטן פראבלעם פאר דער קיום און סעקיוריטי פון דער מדינה?
I'm back האט געשריבן:א איד האט געשריבן:דאס איז א גוטע ענטפער פאר די פאליציי, וואס איז מיט די חרדקים? וואס זוכן זיי דארט?
היות עס באלאנגט פאר די מדינה, מעגן זיי גיין ווי אימער, אין וועלכע געגנט וואס באלאנגט פאר די מדינה.
I'm back האט געשריבן:ראובן האט געשריבן:אין דעם בראשור וואס איז ארויסגעקומען יו"ט וועגן דעם "גזירת הגיוס" איז געשטאנען אז די מדינה וויל מאדערניזירן די חרדים, ווייל ביז א פאר צענדליג יארן וועט רוב מדינה זיין חרדים. איך גלייב אז ס'איז יש דברים בגוי.
אבער איך האב א צווייטע פראגע: וואס גייען די חרדים טון איבער דעם? אויב רוב מדינה גייט עווענטועל באשטיין פון חרדים וואס ארבעטן נישט, דינען נישט אין מיליטער, צאלן נישט קיין שטייערן, וכו', וויאזוי וועט אזא מדינה האבן א קיום, און וויאזוי וועט עס קענען ביישטיין די קאמפן מיט די ארומיגע אראבישע שכנים אויב די רעגירונג האט א שוואכער מיליטער און ווייניג געלט? אויב דער חרדישער תירוץ איז "דער אויבערשטער וועט שוין העלפן," מעגן זיי פארשטיין אז א מדינה קען זיך נישט פירן נאר מיט בטחון, און מ'דארף מאכן זאכליכע פלענער פאר'ן עתיד. איז וואספארא טענה קען מען האבן אז די מדינה זעט זיך אין אן ערנסטן פראבלעם פאר דער קיום און סעקיוריטי פון דער מדינה?
אגב, איך קען עטליכע 65-70 יעריגע וואס האבן געדינט אין צה''ל פאר 40-50 יאר צוריק, און זיי זעען נישט אויס ווייניגער פרום ווי דער דורכשניטלעכן איד פון בארא פארק אדער מאנסי. איז דא עפעס היינט, וואס טריגערט אז מען זאל אפ-פארן, אדער איז עס טאקע שטותים וואס דער סיקריקים האבן פארשפרייט?
א איד האט געשריבן:זיי מעגן גיין, אבער עס איז זייער אבוויעז, אז זיי קומען זיך רייצן, און ארויפברענגען די בלוט אין קאפ, פאר די פרומע, און נאכדעם הרגענען זיי און שלאגן, כל הבא ליד.
עמעזאן האט געשריבן:I'm back האט געשריבן:ראובן האט געשריבן:אין דעם בראשור וואס איז ארויסגעקומען יו"ט וועגן דעם "גזירת הגיוס" איז געשטאנען אז די מדינה וויל מאדערניזירן די חרדים, ווייל ביז א פאר צענדליג יארן וועט רוב מדינה זיין חרדים. איך גלייב אז ס'איז יש דברים בגוי.
אבער איך האב א צווייטע פראגע: וואס גייען די חרדים טון איבער דעם? אויב רוב מדינה גייט עווענטועל באשטיין פון חרדים וואס ארבעטן נישט, דינען נישט אין מיליטער, צאלן נישט קיין שטייערן, וכו', וויאזוי וועט אזא מדינה האבן א קיום, און וויאזוי וועט עס קענען ביישטיין די קאמפן מיט די ארומיגע אראבישע שכנים אויב די רעגירונג האט א שוואכער מיליטער און ווייניג געלט? אויב דער חרדישער תירוץ איז "דער אויבערשטער וועט שוין העלפן," מעגן זיי פארשטיין אז א מדינה קען זיך נישט פירן נאר מיט בטחון, און מ'דארף מאכן זאכליכע פלענער פאר'ן עתיד. איז וואספארא טענה קען מען האבן אז די מדינה זעט זיך אין אן ערנסטן פראבלעם פאר דער קיום און סעקיוריטי פון דער מדינה?
אגב, איך קען עטליכע 65-70 יעריגע וואס האבן געדינט אין צה''ל פאר 40-50 יאר צוריק, און זיי זעען נישט אויס ווייניגער פרום ווי דער דורכשניטלעכן איד פון בארא פארק אדער מאנסי. איז דא עפעס היינט, וואס טריגערט אז מען זאל אפ-פארן, אדער איז עס טאקע שטותים וואס דער סיקריקים האבן פארשפרייט?
די וואס דו קענסט זענען געגאנגען אלס בחורים אדער נאך די חתונה?
און בכלל איז היינט אנדערש די פריצות איז אינה דומה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיי טענה'ן איין מעשה, און דער וועד הישיבות טענה'ט א צווייטע. פארוואס זאל איך איינעם גלויבען מער ווי א צווייטען?
עמעזאן האט געשריבן:די גאנצע וועלט איז היינט מער פריצות'דיג קיין דמיון צו 50 יאר צוריק. און אז א ערליכע בחור קומט אהין איז ער מער אויסגעשטעלט צו פריצות'דיגע נקיבות. בפרט מען לעבט צוזאמען איבער'ן טאג מיט איין ציל.
וואס איז דער 'איין ציל'?
איך האב גערעדט מיט א היימישע 65-70 יעריגע איד ער או זיך מיר אויף אז ער האט זיך געהאלטן שטארק און קיינמאל געוויסט למעשה.
אבער ער האט פארברענגט צוזאמען און געזינגען און געטאנצן מיט נקיבות.
היינט איז ער א פרומע חסידישע איד וואס לערנט עטליכע שעה א טאג
אפשר, טאמער וועלן אלע בחורים צוזאמען גיין, וועט מען מיט דער כח פון אחדות קענען בלייבן שטארק, און אפשר אפילו שטערקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער בריסקער ראש ישיבה זצ"ל פלעגט זאגען "מה לי מדינה געלט פון מדינת ישראל, ומה לי מדינה געלט פון קרן הצלה?", ודפח"ח.
I'm back האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיי טענה'ן איין מעשה, און דער וועד הישיבות טענה'ט א צווייטע. פארוואס זאל איך איינעם גלויבען מער ווי א צווייטען?
דו רעדסט צו מיך? טאמער יא, וועמען מיינסטו מיט 'זיי'?
ראובן האט געשריבן:אין דעם בראשור וואס איז ארויסגעקומען יו"ט וועגן דעם "גזירת הגיוס" איז געשטאנען אז די מדינה וויל מאדערניזירן די חרדים, ווייל ביז א פאר צענדליג יארן וועט רוב מדינה זיין חרדים. איך גלייב אז ס'איז יש דברים בגוי.
אבער איך האב א צווייטע פראגע: וואס גייען די חרדים טון איבער דעם? אויב רוב מדינה גייט עווענטועל באשטיין פון חרדים וואס ארבעטן נישט, דינען נישט אין מיליטער, צאלן נישט קיין שטייערן, וכו', וויאזוי וועט אזא מדינה האבן א קיום, און וויאזוי וועט עס קענען ביישטיין די קאמפן מיט די ארומיגע אראבישע שכנים אויב די רעגירונג האט א שוואכער מיליטער און ווייניג געלט? אויב דער חרדישער תירוץ איז "דער אויבערשטער וועט שוין העלפן," מעגן זיי פארשטיין אז א מדינה קען זיך נישט פירן נאר מיט בטחון, און מ'דארף מאכן זאכליכע פלענער פאר'ן עתיד. איז וואספארא טענה קען מען האבן אז די מדינה זעט זיך אין אן ערנסטן פראבלעם פאר דער קיום און סעקיוריטי פון דער מדינה?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיי מיינט די ראשי ישיבות פון אמעריקא.
איין גאט ווייסט ווי ר' מאיר הערשקאוויץ איז דא אריינגעפאלן. אן איידעלער שטילער איד, וואס איז פארנומען נאר מיט זיין שיעור און זיין תלמידים. ער קומט יעדע צווייטע שבת און יעדע יו"ט צו זיין טאכטער די אלמנה וואס וואוינט לעבען מיר. ווי האט מען איהם אריינגעשלעפט?
גאנצל האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער בריסקער ראש ישיבה זצ"ל פלעגט זאגען "מה לי מדינה געלט פון מדינת ישראל, ומה לי מדינה געלט פון קרן הצלה?", ודפח"ח.
די נפק"מ איז פשוט
די געלט קומט פון כופרים וכח הפועל בנפעל ער זאל אנכופרנען למחצה לשליש, און די געלט פון אויסגעהארעווטע געלט פון אידעלעך ירא השם וכח הפועל זיך צו האלטן ריין
פארשטייט זיך אז דעס איז כל זמן וואס קרן הצלה ווערט געפירו אן חשבונות פון אייגענע אינטערעסן פון די בעלי בתים, אבער אפילו אזוי איז עס פיל בעסער ווי געלט פון אפיקורסים
גאנצל האט געשריבן:ראובן האט געשריבן:אין דעם בראשור וואס איז ארויסגעקומען יו"ט וועגן דעם "גזירת הגיוס" איז געשטאנען אז די מדינה וויל מאדערניזירן די חרדים, ווייל ביז א פאר צענדליג יארן וועט רוב מדינה זיין חרדים. איך גלייב אז ס'איז יש דברים בגוי.
אבער איך האב א צווייטע פראגע: וואס גייען די חרדים טון איבער דעם? אויב רוב מדינה גייט עווענטועל באשטיין פון חרדים וואס ארבעטן נישט, דינען נישט אין מיליטער, צאלן נישט קיין שטייערן, וכו', וויאזוי וועט אזא מדינה האבן א קיום, און וויאזוי וועט עס קענען ביישטיין די קאמפן מיט די ארומיגע אראבישע שכנים אויב די רעגירונג האט א שוואכער מיליטער און ווייניג געלט? אויב דער חרדישער תירוץ איז "דער אויבערשטער וועט שוין העלפן," מעגן זיי פארשטיין אז א מדינה קען זיך נישט פירן נאר מיט בטחון, און מ'דארף מאכן זאכליכע פלענער פאר'ן עתיד. איז וואספארא טענה קען מען האבן אז די מדינה זעט זיך אין אן ערנסטן פראבלעם פאר דער קיום און סעקיוריטי פון דער מדינה?
מ/וועט עס צוריק געבן פאר די יו ען זיך צו ספראווען בקרוב בימינו אמן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער בריסקער ראש ישיבה זצ"ל פלעגט זאגען "מה לי מדינה געלט פון מדינת ישראל, ומה לי מדינה געלט פון קרן הצלה?", ודפח"ח.
די נפק"מ איז פשוט
די געלט קומט פון כופרים וכח הפועל בנפעל ער זאל אנ'כופר'נען למחצה לשליש, און די געלט פון אויסגעהארעווטע געלט פון אידעלעך ירא השם וכח הפועל זיך צו האלטן ריין
פארשטייט זיך אז דעס איז כל זמן וואס קרן הצלה ווערט געפירו אן חשבונות פון אייגענע אינטערעסן פון די בעלי בתים, אבער אפילו אזוי איז עס פיל בעסער ווי געלט פון אפיקורסים
כח הפועל בנפעל האט נישט אינטרעסירט ר' בערל. ער האט מורא געהאט אז די געלט געבערס וועלען עפעס פאדערען, און דער מדינה איז נישט קיין גרעסערע פראבלעם ווי די אנגעפרעסענע אמעריקאנער נגידים וואס געבען געלט נאר פאר זייערע תנאים און אינטערעסען. זעסט דאך וואס איז געשען ווען איינער האט געוואגט צו רעדען פון ירושלים וועגען דער סקול דיסטריקט.
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:יעצט אין די נייעס אז די חייל וואס האט זיך פארשטעלט פאר א חרדי האט געכאפט אזעלעכע מכות אז אפאר פון זיינע ביינער האבן זיך צובראכן. יעצט פארשטייט מען שוין די ווילדער תגובה פונעם משטרה.
שמעון וואלף האט געשריבן:איך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".
מיין השערה איז אז די מדינה ארבעט אויף א פלאן צו רעקוטירן ווי מער חרדים און איך שאץ אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל די חרדישע געזעלשאפט איז ליידער נישט אזוי שטארק מיט אירע פרינסעפעלס ווי אמאל. ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.
יעקב מענטש האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:אבער פארוואס קומען זיי אריין אין מאה שערים, זיך צו רייצן?
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט