כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שלום שטיסל » דינסטאג יוני 13, 2017 10:10 am

גר ותושב האט געשריבן:http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=120350&utm_source=twitter&utm_medium=link&utm_content=im&utm_campaign=article_in_bhol

וואס ס'איז נאר אינטערסאנט איז אז נאכן אראפלייגן ווי קליין דער משגיח איז געבן זיי אזא ענדיג: 'הרב רבי מכהן במקביל לתפקידו כמשגיח קטן בישיבה גם כמנהל בית הספר לבנות שהקים הפלג בשכונת רמות, וממייסדי רשת הגנים של הפלג עליה הוכרז בחדשים האחרונים, שלדבריהם לא תתוקצב ע"י המדינה'. אין אנדערע וווערטער ער האט א שיינע פאר שטעלעס דארט, אבער באמת איז ער נישט גארנישט
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג יוני 13, 2017 12:54 pm

דא האט איר די בריוו פון די ראש ישיבה צום רבין רז'''ל.

דאס איז א פליאה'דיגע מעשה אין א וועלט וואס איז אלעס ווייסט מען אונטער 24 שעה, וואס האט ער געטראכט?
בייגעלייגטע פיילס
a0a37284-140e-4503-9de4-690a86be1f3c.jpg
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1987
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1085 מאל

הודעהדורך גאנצל » דינסטאג יוני 13, 2017 12:56 pm

וואס האט געטראכט ווער ?........
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג יוני 13, 2017 12:57 pm

גאנצל האט געשריבן:וואס האט געטראכט ווער ?........


הרב ראבי
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1987
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1085 מאל

הודעהדורך גאנצל » דינסטאג יוני 13, 2017 12:58 pm

א דרשה צווישן 10000 אידן איז אלעס ווערט

עשרת אלפים האבן געמיינט פאר 10 מינוט אז ער איז א ר"י איז שוין גוט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג יוני 13, 2017 1:00 pm

diff האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:די סאטמאר'ע שיטה אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער אלס הכרה בשלטון הציונים. !
נישט אמת

איך צו צוריק.

קענסט אראפלייגן די 'סאטמערע' שיטה בנוגע זיך שטעלן אין צה"ל, לו יצוייר ס'זאל זיין כשר? (די שאלה איז נישט נוגע למעשה, ווייל ס'עקזעסטירט נישט דערווייל)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג יוני 13, 2017 1:02 pm

חרדיםבניגוד לטענות ראש הישיבה
המשגיח לא שיקר: תלמידים מ'נחלת משה' התגייסו לצה"ל

http://mobile.kikar.co.il/article/235311
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2278 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג יוני 13, 2017 1:07 pm

ליפא האט געשריבן:חרדיםבניגוד לטענות ראש הישיבה
המשגיח לא שיקר: תלמידים מ'נחלת משה' התגייסו לצה"ל

http://mobile.kikar.co.il/article/235311

הייסט אז דער ראש ישיבת נחלת משה זאגט פלעין ליגענט? ער טענה'ט אז קיינער פון זיין ישיבה איז נאך נישט ארויס לצבא?

i have no idea what's going on over here
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך cictim » דינסטאג יוני 13, 2017 2:05 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:i have no idea what's going on over here


you have no idea what they are doing with you over here
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דינסטאג יוני 13, 2017 2:17 pm

צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג יוני 13, 2017 2:28 pm

cictim האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:i have no idea what's going on over here


you have no idea what they are doing with you over here

קען זיין, אבער מ'דארף מברר זיין ווער ס'זאגט דעם אמת און ווער ס'פיהרט ארום. מ'קען נישט קלויבן א שיטה אדער קרייז מיט וועם מ'אידענטפיצירט זיך, און אננעמען אז יענער זאגט דעם אמת בלויז ווייל דו גלייכסט אים.

מיינע החלטות בנוגע דער גיוס פראבלעם, נעם איך נישט פון די סאטמערע צייטונג שרייבער,איך נעם עס פון די וואס האבן דייקא נישט מיט סאטמער איינגעלייגט וואס זאגט מיר אז יש דברים בגוי. ווידעראום די אלע וואס פאלגן נאך די 'אין גזירה' סלאגאן נעמן זייער אינפארמאציע אדער לעיטעסט ספין פון די זעלבע מקורות וואס די 'מעגליכע' ליגענטס בענעפיטירן
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך diff » דינסטאג יוני 13, 2017 2:38 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:
diff האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:די סאטמאר'ע שיטה אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער אלס הכרה בשלטון הציונים. !
נישט אמת

איך צו צוריק.

קענסט אראפלייגן די 'סאטמערע' שיטה בנוגע זיך שטעלן אין צה"ל, לו יצוייר ס'זאל זיין כשר? דו זאג מיר

א פאספורט, שקלים, טאבו וכו' איז אויך הכרה בשלטון הציונים


(די שאלה איז נישט נוגע למעשה, ווייל ס'עקזעסטירט נישט דערווייל)

דערפאר הייסט עס תקופת הסתגלות
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 13, 2017 9:33 pm

פאספורט איז אפשר נישט אזוי שטארק נוגע. ווייל מ'האט דאך אן אמעריקאנער אדער ענגלישן פאספארט. אבער שקלים און טאבו איז שוין איינמאל נוגע. ווייל א גרויסער עולם פון די היימישע קנאים האבן פראפערטי אין ארץ/מדינת ישראל...!איינס פון כמה ראיות איז, אז, בשעת די פאררוקטע, שטינקעדיגע נטורי חרתא זענען געלאפן קיין איראן צו די האלאקאוסט לייקענונג קאנפערענץ פון פרעזידענט אחמאדינעזשאד האט א גרויסער עולם אין קהילתנו הקדושה געארבעט אויף קעסל און כלים צו דערקלערן אויף אלע טרומפייטערס און שופרות קבל עולם ומלואה אז סאטמאר האט גארנישט מיט די נטורי חרתא. מפי השמועה איז עס געקומען אויף די עצה פון לעגאלע עקספערטן אין מדינת ישראל. וועלכע האבן חושש געווען אז די אזוי-גערופענע מלכות הרשעה קען נאך ח"ו קאנפיסקירן די פראפערטיס פון סאטמאר'ע יחידים און מוסדות. כי רבים הם...! ווייל די מלכות של חסד איראן האט דאך דעקלערט קריעג אקעיגן מדינת ישראל. און צוגעזאגט זיי צו פארניכטן (היל"ת). האט א יעדעס פראפאגאנדע מאשינדל פון סאטמאר געשריגן בקולי קולות אז זיי און נטו"ק ענען נישט איינס. איי. א גאנץ יאר שטיצן זיי די נטו"ק און געבן זיי דעם כח. ישראל מ. און ש.ב. האבן פארפיערט און געליארעמט. עד שעבר זעם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14050
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9145 מאל

Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג יוני 13, 2017 9:47 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:חרדיםבניגוד לטענות ראש הישיבה
המשגיח לא שיקר: תלמידים מ'נחלת משה' התגייסו לצה"ל

http://mobile.kikar.co.il/article/235311

הייסט אז דער ראש ישיבת נחלת משה זאגט פלעין ליגענט? ער טענה'ט אז קיינער פון זיין ישיבה איז נאך נישט ארויס לצבא?

i have no idea what's going on over here

דער ראש ישיבה האט זיך באווארנט. ער שרייבט "ואף אחד לא יצא לצבא בעקבות גייסים או פיתויים בלשכת הגיוס".אבער צוליב אנדערע סיבות יא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אונטער חכם אום מיטוואך יוני 14, 2017 12:34 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך יוני 14, 2017 12:21 am

עמעזאן האט געשריבן:דא האט איר די בריוו פון די ראש ישיבה צום רבין רז'''ל.

דאס איז א פליאה'דיגע מעשה אין א וועלט וואס איז אלעס ווייסט מען אונטער 24 שעה, וואס האט ער געטראכט?


א גרעסערע פליאה איז וויאזוי די בריוו איז אנגעקומען אזוי שנעל. האט ער עס געשיקט מיט Ups overnight ?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2653
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2748 מאל

Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך יוני 14, 2017 12:32 am

berlbalaguleh האט געשריבן:. ישראל מ. און ש.ב. האבן פארפיערט און געליארעמט. עד שעבר זעם...!


ווער זענען די מענטשן?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך יוני 14, 2017 3:35 am

שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט, שטייענדיג נאכ'ן כינוס, וועל איך נעמען די פאר מינוט צו באשרייבן מיינע געדאנקען. במשך די לעצטע 2 וואכן האב איך געהערט – ווי רוב אנדערע – אזויפיל שיטות און מהלכים אין די גאנצע מערכה, אז איך בין שיעור געשפרונגען פון התפעלות... מאנכע ניקס האבן מיר געמוטשעט , ברבים און אין אישי, אז איך זאל שרייבן מיינע געדאנקען. איך האב אבער געזען אז קיינער, קיינער! איז נישט אינטרעסירט צו הערן דעם צווייטן צד אז אפשר איז פאראן ביי יענעם אויך א שמץ של אמת, אלזא האב איך געשפירט פאר איבריג צו נעמען די צייט און פעדער אין האנט. כ'האב קלאר געזען אז קיינער גייט נישט איבערצייגן דעם צווייטן. יעדער גייט זיך האלטן מיט זיינע "פאקטן". און איך אויך מיט מיינס (הגם כ'בין מודה אז אויף אפאר מינדערוויכטיגע פרטים האב איך יא געטוישט מיינונג, נאכ'ן אויסהערן דעם צד השני).
@שמעקעדיג טייערער, איך בין געווען באמת נייגעריג וואספארא פאקטן דו ווייסט און וואס דיין מיינונג איז. דו ביסט געווען די איינציגסטע דא וואס איך האב געגלייבט אז דו בעבלסט נישט סתם נאך די ליפלעטן אין ביהמ"ד און עפעס ווייסטו מער. חבל...

ביי מיר איז נישט קיין ספק אז עס עקזיסטירט א גזירה, נאר די מדינה פארטושט עס שטילערהייט אויף כל מיני אופנים, ווי צב"ש נישט נעמען פון די גרויסע עסטאבלישד קהלות, און א גרויסע עולם קויפט עס נעבעך אפ. עס איז דא פאקטן וואס קיינער קען נישט לייקענען – ווי צב"ש ס'איז קלאר אז עס זענען פאראן א געוואלד מיט היימישע בחורים אין מיליטער, צי בכפי' צי ברצון – נאר מען פארענטפערט עס מיט תירוצים ואמתלאות שונות.
עס איז נישטא מער היימישע בחורים אין מיליטער ווי אפגעפארענע היימישע אין ניו יארק. ברענג איין היימישע בחור וואס איז אריין אין מיליטער ווען ער איז נאך געווען ערליך.... איינס
עס איז אויך א פאקט אז די יעצטיגע כנסי-ה אקעגן די מ'כלומר'שטע גזירה האט ארויסגענומען פון די כלים אזויפיל קהלות, הלא דבר הוא! אלמלי די גאנצע עצרת האט נישט קיין שום פשט און די גאנצע גזירה איז בלויז פון פינגער ארויסגעזויגן, וואס איז פשט אז דאס האט אזוי געקרענקט פאר די ישראלישע צייטונגען? פארוואס האט מען אזוי געשימפט און געזידלט? יא איך ווייס, מען מיינט פשוט כבוד התורה, יע יע.
אלא מאי ? ? אז זיי באהאלטן דא עפעס.... יא ! זיי באהאלטן אז זיי לאזן צו בשתיקה מ'זאל נעמען ספרד'ישע מיט גע'גט'ע בחורים אין מיליטער....!
דאס איז טיפיקל סאטמארע דעמאגאגיע. זאג, אויף א איד אין אמעריקע וואלסטו אויך געגלייבט אזא בלבול אז ער איז גרייט שטילערהייט צו לאזן פאלן ערליכע בחורים אין אזא פלאץ ווי צה"ל?
און דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס זיי זענען ארויס פון די כלים ? ! ווילאנג סאטמאר שרייט און האקט גייט זיי עס אהן ווי פאראיעריגע שניי און זיי האבן נישט געגעבן קיין מוק, אבער אז מ'האט מצליח געווען אז די נאוואמינסקער מיט ר' אהרן שעכטער גלייבן אז הגר"ד לאנדאו מיט הגר"ג איידלשטיין לאזן אויפהייבן א גרזן אויף די עולם התורה (ל' המכתב) איז שוין נישט קיין עסק צו שווייגן, יענער רודערט ארום ביי דיינע אייגענע מענטשן.


איך וועל מודה זיין אז אין געוויסע פעלער איז די מערכה געווען איבערגעטריבן, און פארשידענע "פאקטן" זענען מיט א שמוץ אריבער ווי די אמת'ע פאקט, אבער אפילו אזוי איז גאר ביטער די מצב, אויב זאל נאר האלב זיין אמת איז עס גענוג א ווייטאג און מיר מוזן העלפן אונזערע צעבראכענע ברודער.
א גוזמא וואלט געווען ווען מ'מאכט פון 5,000 פאר צוועלף טויזנט, נישט ווען מ'בלאזט אהן א מערכה ווען ס'איז נישטא כרגע אויף וואס און מיט וועמען לוחם צו זיין. די אלע וואס האבן ביוראקראטישע פראבלעמען ווערן זייער גוט קעיר גענומען דורך פילע ארגעניזאציעס וועלכע ארבעטן יד ביד מיט די וועד הישיבות (!) און אפי' אויב ס'איז דא טענות אויף די איינגעשטעלטע אין וועד הישיבות איז עס נישט עפעס וואס פאדערט א מערכה פון אמעריקע.
ביי די וועי, דיינע 'צובראכענע ברודער' פון פלג הירושלמי וואס זענען די ממציאים פון די אלע פאקטן און גזירות, לעבן און אטעמען אויף "גזירת הגיוס". די טאג וואס גזירת הגיוס ענדיגט זיך אדער איז שוין נישט קיין העפטיגע מערכה קען מען פארמאכן דעם "הפלס" און לייגן א שלאס אויף די גאנצע "עץ" פארטיי וואס איר אפיציעלע עקזיסטענץ איז נאר געבויעט צו לוחם זיין אין די גיוס מיט די ריכטיגע השקפה.

איך וועל אויך מיטשטימען מיט די אלע "מיינונגען" (ווי המלוכה והממשלה שרייבט אין אן אנדער אשכול) אז די מצב פון אונזערע בחורים און ישיבות דא אין אמעריקע איז ליידער ווייט פון גוט, און זאל די אמעריקאנע גאווערמענט אנהויבן נעמען אלע OTD בחורים אין מיליטער, אוי וועט מען שוין טרעפן פאר זיי פלאץ אין די ישיבות.... אפשר בשכינות פון די נחמת ישראל בחורים..

אבער מען מוז אויך מודה זיין די די הצלחה פונעם נעכטיגן עצרת איז געווען העכער ווי ערווארטעט! מען דארף געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז DUE.

עס בלייבט נאר איין דיפערענץ צווישן די סאטמארע שיטה און די איבריגע – אפילו די וועלכע זענען בשיטה אקעגן די גזירת גיוס. דער דיפערענץ איז, וואס איז בעצם דער פראבלעם פון גיוס? ביטול תורה אדער ציונות? עס כאפט א גרויסע חילוק ביי די בחורים זענען באמת פויגלעך, טראבל מעיקערס, און דער מיליטער נעמט זיי אריין און מענטשלט זיי אויס. לויט רוב קהלות איז עס נאר א טובה פאר זיי, ווייל דער עיקר פראבלעם איז דאך נאר ביטול תורה;
דו מיינסט באמת אז ביי בחורים וואו ס'נישטא קיין פראבלעם פון ביטול תורה זענען וויז'ניץ און סלאנים גרייט זיי צו שיקן אין מיליטער ??
משא"כ לויט סאטמאר טאר מען בשום אופן שבעולם נישט גיין אין מיליטער, אפילו אויב וואלט געווען צוגעשטעלט א מקוה טהרה מיט שיעורי תורה מיט מחיצות צווישן מענער און פרויען.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז דאס היינט ציונות און צו וועלכע עבירה דו באציהסט זיך? אויב מיינסטו 'כוחי ועוצם ידי', דאכט זיך מיר אז אונז מיט אונזער מעכטיגע "כינוס הרבבות" פארמאגן אין זיך אסאך מער כוחי ועוצם ידי ווי דער נעבעכדיגער סאלדאט וואס שטייט ביים צומת נעבן א ישוב אין דרום...
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 14, 2017 9:11 pm

אונטער חכם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:. ישראל מ. און ש.ב. האבן פארפיערט און געליארעמט. עד שעבר זעם...!


ווער זענען די מענטשן?

אונטער חכם: ווי ס'זעהט אויס ביסטו נישט מעורה און מעורב אין די היימישע פאליטיק פון די לעצטע עטליכע יאר.

ס'דא 2 מענטשן וועלכע האלטן אז זיי זענען די פאן טרעגער פון די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע. דער ערשטער איז ר' מנשה פיליפ. א איד א גרויסער תלמיד חכם און בקי במילי דעלמא. אבער מיט שטארק פארקרומטע דיעות. וואס כ'בין זיכער אז ער אליינס האלט אויכעט נישט אזוי. נאר ער זאגט עס לתפארת הדרוש...! זיין פען נאמען איז הרב ישראל מ. סופר...!

דער 2'טער הייסט ר' שמואל שלמה טעללער. ער רופט זיך הרב ש.ב. מרגליות. ער איז דער אפיציעלער היסטאריקער און הוגה דיעות ביי קהילת מהר"א און אין בלאט...! ער שרייבט און רעדט אזוי בעיביש כאילו ער וואלט גערעדט צו א קלאס פון 5 יאריגע יונגלעך...! ער איז אזוי שטארק באורינג און פרעדיקטעבל, אז ווען איך ליין די ערשטע 2 שורות ווייס איך שוין וואו אהין ער ציהלט...! אויך איז ער אייביג ביזי אויפצו ווייזן וואספארא טיפש און שוטה ביבי נתניהו איז. נישט וואספארא שייגעץ ער איז...!

בד"וו. ער איז געווען דער בעל יועץ פאר מהר"א שליט"א ארויסצוקומען מיט א שארפן און עקסטרעם נארישן סטעיטמענט איבער די רציחות פון די 3 ישיבה בחורים דורך די פאלעסטינער רוצחים, ימ"ש. אלעס נאר כדי צו ווייזן אז פונקט אזוי ווי דער פעטער זי"ע איז נישט נתפעל געווארן פון וואס די גאס זאגט. אזוי ווערט ער אויכעט נישט נתפעל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14050
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9145 מאל

Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך יוני 14, 2017 9:50 pm

א גרויסן ייש"כ ר' בערל .
איך האב שוין גראדע געוואוסט ווער די אידן זענען , איך האב נאר נישט געקענט זייערע פען נעמען ווייל איך קויף נישט קיין צייטונגען, איך הער נאר זייער תורה שבעל פה, אבער עס האט זיך דאך געלוינט צו הערן אזא קלארע אנאליז אויף די צוויי , ממש קולע אל השערה, (ודפח"ח וש"י ודו"ק).
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:13 am

עס איז אינטרסאנט ארויסצוברענגן אויף די 2 פארשוינען וואס ר' בערל ברענגט אז אין צייט וואס ר' מנשה פילאפף האט בכלל נישט א ווארט אין די קהילה פון רז'''ל נאר אין די צייטונג דער איד און די רבי קען עם ניטאמאל פרעגט עם קיינמאל זיין מיינונג כאטש רז'''ל פרעגט דירעקט יא ביי האקעלע נושאים נאר פון ערענסט נארמאלע רבנים ווי ר' טודרוס זילבער וכדו'

איז ביי מהר''א פונקט פארקערט דער שמואל שלמה טעללער איז די גאנצע מחנך ביי די בחורים'ליך רעדט צוזאם פאר זיי שטותים והבלים.
און אויך ביים רבי'ן איז ער א גאנצע הוגה דעות און ער פירט עם אין באד אריין ווי ר' בערל ברענגט שוין אויך ארויס.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1987
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1085 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:16 am

וואס דארף ער צו קומען צו ר' טודרוס ער האט דאך א בי"ד וואס איז רז"ל פילאפ פארשטייט נאך נישט אזוי דעם רבינ'ס שיטה ווי ר' טודרוס

און בכלל ער האט דאך סקולענע רבי וועם ער האט זיך מבטל דעת געווען ביים כינוס כלל ישראל

ווען דארף ער נוצן ר' טודרוס

דאס איז זיכער אז ער האלט אין איין מבטל דעת זיין .........

איך בין זיכער אז ר' טדורוס אליין שמועסט זיך דורך מיט איינעם ער איז דאך נאך אזא עניו ווי רז"ל פארוואס זאל ער זיך יא וועלן פארלאזן אויף זיין אייגענע מיינונג קען זיין ר' טודרוס רעדט זיך דורך מיט ר' מנשה........ ר' מנשה איז דאך די רבי ז"ל אליין ער קומט דאך אריין אין זיין ענגע מנין ביהמ"ד מהרי"ט כמעט ביי נשמת אזוי ווי י רבי האט געטון
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך diff » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:01 am

י מ סופר איז א אנדערע, נישט מ פ
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך סאדאם חוסעין » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:03 am

עמעזאן האט געשריבן:עס איז אינטרסאנט ארויסצוברענגן אויף די 2 פארשוינען וואס ר' בערל ברענגט אז אין צייט וואס ר' מנשה פילאפף האט בכלל נישט א ווארט אין די קהילה פון רז'''ל נאר אין די צייטונג דער איד און די רבי קען עם ניטאמאל פרעגט עם קיינמאל זיין מיינונג כאטש רז'''ל פרעגט דירעקט יא ביי האקעלע נושאים נאר פון ערענסט נארמאלע רבנים ווי ר' טודרוס זילבער וכדו'

איז ביי מהר''א פונקט פארקערט דער שמואל שלמה טעללער איז די גאנצע מחנך ביי די בחורים'ליך רעדט צוזאם פאר זיי שטותים והבלים.
און אויך ביים רבי'ן איז ער א גאנצע הוגה דעות און ער פירט עם אין באד אריין ווי ר' בערל ברענגט שוין אויך ארויס.

ביי די בחורים רעדט ער זיין וועכענטליכע דרשה פאר ווער עס וויל אים הערן א=ער אזי פונקט אזא הוגה דעות ווי יעדער וואס רעדט דרשות,
פאר די רבי זאג מיר איינמאל ווען די רבי איז אים געגאנגען פרעגן?
ווען רעדט ערבכלל צו די מהר"א חוץ ווען ער גייט אריין פאר די ימים נוראים מיט א קוויטעל.
סאדאם חוסעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך פיינע קאווע » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:19 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:עס איז אינטרסאנט ארויסצוברענגן אויף די 2 פארשוינען וואס ר' בערל ברענגט אז אין צייט וואס ר' מנשה פילאפף האט בכלל נישט א ווארט אין די קהילה פון רז'''ל נאר אין די צייטונג דער איד און די רבי קען עם ניטאמאל פרעגט עם קיינמאל זיין מיינונג כאטש רז'''ל פרעגט דירעקט יא ביי האקעלע נושאים נאר פון ערענסט נארמאלע רבנים ווי ר' טודרוס זילבער וכדו'

איז ביי מהר''א פונקט פארקערט דער שמואל שלמה טעללער איז די גאנצע מחנך ביי די בחורים'ליך רעדט צוזאם פאר זיי שטותים והבלים.
און אויך ביים רבי'ן איז ער א גאנצע הוגה דעות און ער פירט עם אין באד אריין ווי ר' בערל ברענגט שוין אויך ארויס.

ביי די בחורים רעדט ער זיין וועכענטליכע דרשה פאר ווער עס וויל אים הערן א=ער אזי פונקט אזא הוגה דעות ווי יעדער וואס רעדט דרשות,
פאר די רבי זאג מיר איינמאל ווען די רבי איז אים געגאנגען פרעגן?
ווען רעדט ערבכלל צו די מהר"א חוץ ווען ער גייט אריין פאר די ימים נוראים מיט א קוויטעל.


דו ענטפערסט אים נאך? - ער ווייסט פונטקליך מיט וועם די רבי רעדט זיך דורך
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט