נוטראלע בליק פון (פרעמדע) באטייליגטע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2270
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1163 מאל

נוטראלע בליק פון (פרעמדע) באטייליגטע

שליחה דורך עמעזאן »

אזוי ווי ביי יעדע צוזאמקום ווי עס איז דא חילוקי דיעות וועט מען דערנאך הערן קעגנזייטיגע מיינונגען איבער די סוקסעס פון די כינוס, עפען איך דא א אשכול ווי די וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס אן קיין נגיעות דאס הייסט ער באלאנגט אויסדריקליך נישט צו צד רז''ל און אויך איז ער נישט א שונא פאר מהר''א.

אפשר אזוי וועט מען מצליח זיין צו באקומען א אויפריכטיגע בליק אויף די כינוס.


איך וועל אנהייבן מיט ציטירן די ווערטער פון די באקאנטע ניק 'מיללער' א 'חסיד מהר''א' וואס ער האט זיך באטייליגט ביים כינוס
מיללער האט געשריבן:א גוט מארגן

ויהי ממחרת הכינוס, עס איז א כבוד אריינצוקומען דא אויפן פארום און זעהן וויאזוי חברים און גוטע פריינט שרייבן אראפ זייערע הרגשים און קאמענטארן איבערן כינוס נעכטן אין בארקלעי, און עס קומט באמת א דאנק פאר די אומערמידליכע ארבייט פון די הנהלת אייוועלט ואחראיה פארן זארגן און ארבייטן בלי ליאות אז עס זאל טאקע קענען זיין אזא פלאץ, סיי בשעת מעשה האבן טויזנטער אידן פון איבער די גארער וועלט אריין לאגירט דא אויפן אייוועלט פארום מיטצוהאלטן די 'לייוו אפדעיטס' פונעם כינוס, און אזוי אויך יעצט א טאג דערויף צו הערן און מיטצופילן די שטורמישע הרגשים פון די טויזנטער משתתפים בגוף וברוח אינעם כינוס הרבבות.

יהא חלקי עם מזכי הרבים

-

איך וואלט געוואלט אביסל אראפשרייבן מיינע פערזענליכע געפילן, מיטהאלטנדיג דעם כינוס מוז איך ארויסברענגען מיין איבערראשונג פון די קאלאסאלע הצלחה פונעם מאורע, זייענדיג בטבע פעסעמעסטיש געשטימט בין איך געווען שטארק סורפרייזד סיי פונעם כמות הציבור וועלכע האט בלי ספק דערגרייכט העכער אלע ערווארטונגען און פאראויס שאצונגען (לויט די אפיציעלע ציפערן פונעם זאל איז דא פלאץ פאר 18 טויזנט זיצן, איך קען נישט זאגן אז יעדע זיץ איז פיל געווען אבער עס איז זיכער געווען אריבער 75% פיל, וואס איז גאר א שטארקע סוקסעס פאר אזא סארט פארזאמלונג), סיי באיכות פון א דעמאגראפישער שטאנדפונקט פון משתתפים זקנים עם נערים, ערנסטע עלטערע בעה"ב תלמידי רבינו הק' מסאטמאר זצ"ל, נאך פון בעדפארד עוו. און פון סאנדז סט. ביז אראפ בחורי חמד תלמידי הישיבות הקדושות, אלע מיט א סאטמאר'ן חן, דורכגעווייקטע חסידישע אידן ביי וועם די סאטמארער פלאם טוליעט אין הארץ, און די הייליגע ספרים פון רבינו הק' גייט נישט אראפ פון טיש.

און ועל כולם די שטארקע בימת הכבוד און קאלירפולער אויבן-אן, וועלכע האט אריינגענומען רבנים ורביים פון חסידישע הויפן, ביז ראשי ישיבות פון נאנט און ווייט, מנהיגי עדות קדושות, א שטייגער ווי כ"ק דער פשעווארסקער רבי שליט"א און כ"ק אדמו"ר דער מונקאטשער רב שליט"א, הגה"צ דער קארלסבורגער רב שליט"א, הגאוןן הגדול רבי אהרן שעכטער שליט"א וכו' ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א, וואס לויט אלע שאצונגען האט זיך קיינער נישט געראכטן אויף אזא הצלחה אין דעם פרט.

די דרשות נעכטן זענען געווען שטארק, כאטש דער מעסעדזש איז נישט געווען אזוי קלאר, וואס מיר פארלאנגען פון די מדינה הציונות, וואס ווילן מיר אז דער ועד הישיבות זאל פארבעסערן און וואס האפן מיר אז די אסיפה וכינוס זאל דערגרייכן, איז אבער דער "וויי-געשריי" אז חרדישע בחורים און ערליכע אידן קומען אן אין די טמא'נע מיליטער, שטארק דערהערט געווארן, און עס האט ארויסגעברענגט אז א ריזיגע חלק פונעם אמעריקאנער יהדות החרדית איז בשום אופן נישט מסכים דערצו, נישט פון קיין פשרות פון די ועד הישיבות און אוודאי נישט פון קיין גיוס בכפיה מטעם המדינה, וואס וועט האפנטליך דערהערט ווערן ביי די אינטערעסן-געטריבענע פארשטייער אין ארצינו הקדושה, און לויט ווי מען האט נעכטן געהערט האבן אפי' די הכנות צום כינוס שוין געבראכן א גרויסע טייל פונעם 'סטאטוס-קווא' און פאסיווען צוגאנג פון די קרייזן החונים על דגל התורה הולכי הבחירות ומשלחי שלוחי חברי כנסת המינים.

די חידושים פון די דרשות לדעתי זענען געווען די דרשה פונעם ארגענטינער ראש ישיבה שליט"א (כלשעצמי איז מיר דאס זעלבסט געווען א חידוש איז אויסער הרבנים עקשטיין/סופר איז פארהאן נאך חרדישע קהלות און ישיבות אין ארגענטינא... איך בין אביסל ארויס פונעם סאטמארער שאכטל צו זעהן אז עס איז דא נאך א וועלטל אויסער תלמידי רבינו), די ערנסטקייט אין זיין שטימע, דאס קול געשטיקט פון געוויין האט אפגעהילכט און יורד געווען לחדרי בטן, אבער מער פון דעם איז מיר געווען א חידוש די דרשה פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, דער רבי שליט"א איז באקאנט געווענליך מיט זיין לייכטערן טאן בנעימות, פאר ווער עס איז געוואונט צו הערן דעם רבי'ן שליט"א ביים דאווענען און ביי זיינע דרשות, אנדערש איז געווען נעכטן ווען דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען בקול אדיר וחזק, ווי א ריכטיגער מנהיג וקברניט אין א צייט ווען די שיף וואקלט זיך, האט דער רבי בטיב לשונו געשטורעמט און ליארעמט, געווייטאגט און געיאמערט, ארויסברענגדניג די אמת'ע וויי געשריי וואס ווערט דערשטיקט דורך פארשידענע אגענדע-מאטיווירטע יחידים, און מיט א קול בוכים ובתחנונים פארלאנגט אז דאס ענין דארף אן אויפוואכונג, און א באלדיגע שינוי לטובה איידער עס איז חלילה צו שפעט.

ויהי רצון אז דער כינוס זאל טאקע ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן, וכל המינים כרגע יאבדו, ומלכות הרשעה תעקר בביאת משיח צדקנו בב"א

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר