הגאון הגדול רבי ישראל דוד הארפענעס: "אייוועלט איז אסור"

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

הגאון הגדול רבי ישראל דוד הארפענעס: "אייוועלט איז אסור"

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]שוין יארן לאנג וואס די אייוועלט וועבזייטל פירט ארום דעם עולם מיט כל מיני היפאקריטסטווע און צווינגן ארויף די גלויבונג פון יעדן פריש געשפראצענער פישטו רבי, אויב איינער זאגט א ווארט קעגן סיי וועלכער איינגעגעבענער מיסטעיק אין די סיסטעם ווערט פארשריגן און באווארענט, וואס זיי באהאלטן אבער איז אז די גאנצע וועזן פון זייער וועבזייטל איז אפגעפרעגט אין זייער אייגענע שיטה, און גייט נישט אין שפאן פון וואס זיי ווילן זייערע ליינער זאלן גיין און טראכטן. זיי פארהוילן זיך פון די קלארע פסקים פון די רבנים ביי כינוס כלל ישראל, תקנות פון מוסדות, וכו', אז מ'מעג נוצן די אינטערנעט נאר לצורך פרנסה. עס איז נישט דא קיין שום היתר – לויט די אייוועלט רבנים – צו ניצן אינטערנעט צו פארברענגען און שמועסן.

אצינד קומט אריין די נייעס אז הגאון הגדול המפורסם רבי ישראל דוד הארפענעס האט שטארק פארדאמט זייער טריפה'נער וועבזייטל במעמד קהל רב. כנראה איז הרב הארפענעס נישט קלאר באהאווענט מיט אייוועלט, און ער מיינט אז ס'איז פאקוסט אויף ביזנעס - דאך אסר'ט ער עס מיט גאר שארפע ווערטער. דער אמת איז אז ס'איז פאקוסט אויף נייעס און כל מיני פלאפלערייען, וואס מאכט עס נאך פיל ערגער לדעתו כמובן.

ס'איז נישט דא קיין שום וועג צו פארענטעפרן דעם פאקט אז הונדערטער א.ג. פרומע און הייליגע יונגעלייט שטופן צייט אויף אייוועלט טאג און נאכט, שרייבן און פארפירן אז וואס די רבנים זאגן און די תקנות זענען הייליג און טייער, בשעת זיי טרעטן קלאר אויף די תקנות. זייער עצה איז די עצה פון די בת היענה -- נישט רעדן דערפון און זיך מאכן ווי ס'איז אקעי. די זעלבע וואס שרייבן אז ראבינאוויטש און השומרים קארטעלך איז גאר א גוטע זאך און דאס וועט ראטעווען דעם דור, זענען פיין דערמיט ווי לאנג מ'רודף'ט דעם שכן און שוואגער, אבער ווען ער אליין דארף פלאפלען אויף אייוועלט פליט די כינוס כלל ישראל תקנות ארויס פון פענצטער.

נאך ווייטער פון דעם, אויב בעט מען פון משומר, טעג, גדר וכו' צו עפענען אייוועלט טוען זיי עס גערן כאטש ס'איז קלאר קעגן די תקנות המוסדות און קעגן די תקנות פון כינוס כלל ישראל. דאס איז ווייל זיי אליין קענען באשטיין צו טרעטן אויף די אייגענע תקנות ווען עס קומט זיי גוט אויס...‎

לכאורה וועט די גאנצע נייעס נישט געליפטערט ווערן אין נארט קארעא, די רעזשים דארט וועט עס נישט צולאזן, אויב וועט יא דערמאנט ווערן א ווארט וועט עס שטארק צענזורירט ווערן און דער וואס וועט עס ליפטערן וועט פארשפארט ווערן כדרכם מאז. און אוודאי וועט עס קומען באגלייט מיט בלאט-סטייל ספינס וואס יעדער וועט וויסן אז ס'איז א ליצנות און סתם געווארפן זאמד אין די אויגן.

אייוועלט וועט ווייטער אנגיין ברוב גאון ועוז, און אלע וויכטיגע ענינים ווי מורא'דיג טראמפ איז, ווער די רבנים פון ווארמייזא זענען געווען און ווערט ס'ליגט אין בית החיים אין ניו דזשערזי וועט ווייטער אויסגעשמועסט ווערן, בפרט יעצט מיט די טעגליכע סעילס איז דאך א שאד אויף אידיש געלט אז דאס זאל גיין לאיבוד.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
WhatsApp Image 2017-06-13 at 7.10.08 AM.jpeg

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר