דער דורכפאל און דער נחמה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3144
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

דער דורכפאל און דער נחמה

שליחה דורך גאנצל »

אויפ'ן בקשה פון חבירינו @איסר עפן איך א אשכול איבער דעם הילכיגן דורכפאל פון פלען עי

פלען עי: ס'גייט זיין א פראטעסט מיט אלע שיכטן און קרייזן קוטלער וחביריו סקולען פאפא וויזניץ סקווירא

איי זיסע חלומות..........

1)א מאקסימום פון איבער 30000 מיט שטיי פלעצער, אין לעיקוואד טוט זיך אסיפות.............

הודעהדורך עמעזאן » דאנערשטאג מאי 25, 2017 9:03 pm

זיי שרייבען מען האט היינט געסיינט קאנטראקט מיט בארקליס סענטער אין ברוקלין.
מיט א מאקסימום 28,000 זיצן אריינגערעכנט 4,500 אינמיטן און עטליכע טויזענט שטיי פלעצער.

אין לייקוואד איז היינט פארגעקומען אן אסיפה בבית הרב שרגא קאטלער ברודער פון ר' מלכיאל ( @ליטוואק מה טיבו? ) און זיי זענען גאר ווארעם.

2) וועט ציען א פרישע קלייענטעל
הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג מאי 26, 2017 3:12 pm

האדמו''ר מפעשעווארקס ר' לייבוש לייזער וועט וויילען אין ניו יארק די וואך פון שלח לרגל די חתונה פון א אייניקל. און וועט זיך פארשטייט זיך באטייליגען און זאגן דברי ברכה, וואס וועט ציען א געוויסע פרישע קלייענטל.

3) סתם א גוטע לאך
דורך איסר האטלקי » פרייטאג מאי 26, 2017 3:22 pm

עמעזאן האט געשריבן:
האדמו''ר מפעשעווארקס ר' לייבוש לייזער וועט וויילען אין ניו יארק די וואך פון שלח לרגל די חתונה פון א אייניקל. און וועט זיך פארשטייט זיך באטייליגען און זאגן דברי ברכה, וואס וועט ציען א געוויסע פרישע קלייענטל.

וועלכע קלייענטעל? אפשר די האלבע זאליס, אבער פאר זיי איז גענוג ר' חיים הערש פון ארץ ישראל, וואס ווי די רעדע איז וועט ער אויפטרעטן ביים עצרת...
באניצער וועלכע האבן געלייקט איסר האטלקי פאר די הודעה:
שמעון וואלף
ראנג: 0.8%

4) א גאנצע ליסטע........
דורך איש את רעהו » מאנטאג יוני 05, 2017 12:32 am

גאנצל האט געשריבן:
איינער איז אינפארמירט ווי עס האלט מיט חסידישע קהלות


זיכער יא ווייס איך דערווייל נאר קהלת מהרי"י

זיכער נישט וויזניץ מאנסי מפי השמועה

ווייסט איינער מער איבער אנדערע ?

מפי השמועה:
אחוץ די סאטמארע און לעיקוואדע רביים ומנהיגים וועלן אויך מפאר זיין בראש
רב דירושלים רבי י"ט ווייס שליט"א
מרן מ'פשעווארסק הגר"ל לייזר שליט"א
מרן מ'וויזניץ מאנסי
מרן מ'סקולען ספק
ועוד אלפי ישראל שליט"א

6) לעיקוואד האבן זיי
דורך עמעזאן » מאנטאג יוני 05, 2017 12:14 pm

עמעזאן האט געשריבן:
עס איז זייער מאדנע קוקט נישט אויס דערווייל אז וועלן אנפולען אפילו האלב בארקליעס.
אויב מאכן זיי דאס קומט זיך א מעדאל!

למעשה קוקט אויס אז זיי מאכן עס, לעיקוואד האבן זיי.
ווי עס גייט ארום שמועות גייט זיך מהר''א פון קרית יואל אויך צושטעלן

7) גייט ווי געפלאנט סתם זייטיג ווי אזוי ביי פלען עי ווען ער איז נאך געווען אמתדיג אויפגעהייטערט וואס ער האט געשריבען אויפ'ן גדול בישראל ר' אהרן פון סאטמאר און היינט וויינט ער קאזאק הנגזל צבועים בלאפערס
הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג יוני 05, 2017 11:55 pm

@גאנצל
יצחק שטערן'ס פלאן גייט אן ווי געפלאנט. ער האט זיך אינגאנצן נישט גערעכנט אויף ר' אהרן ביי עם איז געווען די פלאן מיט לייקוואד וואס דאס האט ער דערווייל ר' מלכיאל איז גאר שטארק ווארעם, די שאלה איז נאר צו די עולם דארט וועט ווערן אנגעווארעמט דאס וועט מען זעהן ביז א טאג צוויי.

ווי אויך סקולענער רבי האט שוין געגעבן זיין חתימה.

די אסיפה הינט ביי ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען מהיכי תיתי אויב וויל ער זיך צושטעלן זאל ער האבן א געלעגנהייט בדרך כבוד. ער טריצט ארום ווייל ער וויל זיין די אן דרייער זאל ער ווייטער בלייבן פארשטעקט אין צאנז קארט.

אויף די וויזשניצער רבי'ס חתימה האט ער בכלל נישט ערווארטעט.

8)די חלום וואס עס איז געפלויגן די פליגער..........
הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג יוני 06, 2017 12:33 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
הגאון רבי מלכיאל קאטלער גייט בכלל נישט דאהי זיין שבת און זונטאג ער מיט הגאון רבי דוד שוסטאל פארען קיין לאס אנדזשעלעס אויף שבת לטובת הישיבה

ער קומט צוריק מיט א פליגער זונטאג מיטאג צום כינוס

9)זיסע עקסייטמענט
דורך עמעזאן » דינסטאג יוני 06, 2017 11:10 pm

אין וויליאמסבורג איז שוין נישטא צו באקומען טיקעטס

10) מ'ארבעט צוצולייגן נאך זיצען...........
דורך איש את רעהו » דינסטאג יוני 06, 2017 11:43 pm

IMG-20170606-WA0061.jpg


11) נאכ'ן קול קורא נאך קרייזען גייען זיך משתתף זיין.............
דורך עמעזאן » מיטוואך יוני 07, 2017 12:27 am

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
אין וויליאמסבורג איז שוין נישטא צו באקומען טיקעטס

ווייל זיי האבן געשיקט צי סאך קיין לעיקוואד

זיי לייגן נאך צו אז אלע טיקעטס זענען שוין אויסגעגאנגן, און מ'ארבייט יעצט צו צילייגען נאך זיצן, כאילו מ'קען צו לייגן נאך זיצן אין א סטאדיום, כאילו מ'גייט אריין שטיפן נאך פארענטשעס.
נישטא ווער זאל לאכן אפילו

גראדע קען מען צולייגען עטליכע טויזענט זיצן אינדערמיט אין די חלל קוק אין זייער וועבסייט. און האבן זיי א אפציע פון עטליכע טויזענט סטענד ביי טיקעטס.

לגבי די עצם שמועס פארשטיי איך טאקע נישט די נקודה. זיי זאגן אז 12,000 איז שוין פארקויפט, און 5000 לייגען זיי אוועק אויף נאך די קול קורא קומט ארויס וואס וועט ברענגען נאך קרייזען זיך משתתף צו זיין.

12) די פרפעגאנדע אזוי גרויס אז אפי' גאנצל האט נעבעך געגלייבט......
הודעהדורך גאנצל » מיטוואך יוני 07, 2017 1:50 pm

עמעזאן האט געשריבן:
דער איז א אפיציעלע אינסיידעט עסקן אין די עבר האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געוויסט וואס ער רעדט און נישט געזאגט ליגענט.


יאפ ס'זעיט אויס ער ווייסט וואס ער רעדט לויט אים האלט מען ביי 12000 טיקעטס פארקויפט און די איבריגע לייגט מען אוועק
גאנצל

13) שוין נישטא קיין טיקעטס מ'האט זיי פארדעקט.........
דורך עמעזאן » מיטוואך יוני 07, 2017 4:22 pm

גאנצל האט געשריבן:
גאסן שמועס

דושינסקיער רב פון ווילי פארט ארויס צו מהרא קיין ק"י איבערשמועסן וועגן השתתפות הרבי

פארשטייט זיך נאר די רבי. פאר די עולם איז שוין נישטא קיין טיקעטס... טו לעיט. אן אנדערעס מאל זאלן ענק נישט זיין אויבער חכמים

14) די ביטערנישט נאכ'ן הערן אז מ'האט נישט סקולען אין טאש די פארפירישקייט פון סקולען הייבט זיך אן

דורך ליפא » מיטוואך יוני 07, 2017 10:47 pm

IMG-20170607-WA0368.jpg

15) די אמת וואס מ'זוכט היינט צו באהאלטן

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 08, 2017 12:03 am

עמעזאן האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
גאסן שמועס

דושינסקיער רב פון ווילי פארט ארויס צו מהרא קיין ק"י איבערשמועסן וועגן השתתפות הרבי

פארשטייט זיך נאר די רבי. פאר די עולם איז שוין נישטא קיין טיקעטס... טו לעיט. אן אנדערעס מאל זאלן ענק נישט זיין אויבער חכמים

[b]מען פלאנט נישט צו נוצן די אויבערשטע רייעס, בלויז 12,000 זיצן וועט באזעצט ווערן. מען קען עס נאך עפענען אויב וועט א גרויסע קהילה צוקומען.[/b]

דאס איז שוין אויסער די אפיציעילע פראפעגאנדע פדי וועדפון אלע שיכטן און קרייזן

און די זיסע חלומות פון אייוועלט הייב איך ניטאמאל אן אוי איז דעס א קורת רוח דורך צו ליינען

די נחמה

די באבל האט געפלאצט מ'טוישט נגון


מ'הייבט אן קוקן ניכטער.......... מ'מופט צו פלען בי
הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג יוני 09, 2017 12:17 am

למעשה ווען מען קוקט מיט א ניכטערער בליק שטעלט זיך ארויס אז למעשה איז עס צוטיילט צווישען די קנאים און נישט קנאים-אגודה, און ר' אהרן ט''ב האט זיך צוגעשטעלט צו די אגודה.

די גאלאנטע רב און ר' הלל וויינבערגער זענען נישט געבינדן צו די זאלי פארטיי און זיי זענען געווען ביי ר' אהרן ט''ב בשעת ער האט מקבל געווען די הוראה פון הרב הורוויץ מרבני אגודה נישט צו מאכן די כינוס, און אויב וואלט געווען דברים בגוי פאר א סאטמר חסיד וואלטן זיי זיך לכאורה געדארפט צושטעלן אהין.

למעשה האבן זיי ביידע סיי די גאלאנטע רב און ר' הלל וו''ב גע'חתמ'ט די קול קורא זיך משתתף צו זיין ביים כינוס.

ר' מענדל זילבער איז ידוע ער איז א חסיד מהר''א למעשה איז זיין נאמען אויף די קול קורא!
אב''ד וויען ידוע אלס חסיד מהר''א האט שוין אנפאנג וואך זיך צוגעשטעלט צו די קנאים.
ר' אברהם הלברשטאם חסיד מהר''א אינטערגעשריבן די קול קורא.
הרב ביק א נאטראלע רב מרבני התאחדות אינטער געשריבן.

הרב מצעהלים,הרב משולם פאלאטשעק, הרב מנחם פישער וויען מונסי, הרב ווייס ספינקא 56, הרב יענקל מילער אייזענשטיין, הרב בנימין לאנדא, הרב מנחם מאיר ווייסמאנדל, הרב בורשטין, הרב סקולען מונסי בנו של הרב מסקולען, הרב יחזקאל דייטש.

די אלע רבנים טייל פון זיי קיין שייכות מיט סאטמאר עכ''פ מיט ר' זלמן לייב האבן זיי גארנישט, וואס האט זיי געברענגט צו שטיצן די איין קהילה כינוס??

נאר די תירוץ איז אז די וואס האבן נישט די לחץ פון די אגודה שטיצן די כינוס.

און ר' אהרן טייטלבוים מקרית יואל האט זיך פשוט צוגעשטעלט צו די אגודה

הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג יוני 09, 2017 2:13 pm

פיינע קאווע האט געשריבן:
ר' ז.ל. פילעף מיט פייע רב זענען ארויף צו פאפא רב בעטן צו חתמנ'ן פאר'ן פראטעסט האט פאפא רב געזאגט ער וויל נישט ווילאנג עס איז נישט דא אן אסיפת הרבנים דערוועגן און עס איז פארהאן חילוקי דיעות האבן זיי אים געבעטן א פשוטע בריוו אזוי ווי סקולנע רביס בריוו פשוט צו מחזק צו זיין די עסקנים קעגן גיוס האט ער נישט געוואלט האבן זיי אים געבעטן א ברכה בכתב אויפן פראטעסט נישט אז מען מיז זיך בטייליגען האט ער זיך אויפגעהויבן און ארויס געגאנגען
כך שמעתי פון א ב"ב פון פאפא רב

נא האט די פאפאנער נישט געוואלט. איז וואס? ער האט קיינמאל ליב געהאט סאטמר מילד גערעדט איך רעדט פון סאטמאר רב זצ''ל.

די קנאישע רבנים פון סאטמר חדר האט זיך יעדער צוגעשטעלט חוץ ר' אהרן פון קר''י


און נאך

צום קלימאקס קומען נאך די נעבעכדיגע טרייסט וואונטש פון[tag]אבטולמוס[/tag]

הכתרה פאר רז"ל רז"ל האט געוויזן....... ער האט שטארקע מאסעלס...... ער קען יא ביז יעצט האט מען פארלייקנט אז ער קען נישט יעצט האט ער געוויזן ער קען יא

און לוי' פאר ר"א ווייל ער איז נישט מיגעקומען מיט'ן שאפראנער און קאשויער נישטא ווער זאל לאכן און ווער האט דאס געזאגט שמואל טייטלבוים אליין און נאר פאר ווער ס'האט געוואלט הערן

[quote][/quote]
מאסיווער כינוס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן אין דעם גרויסן 'בארקלעיס סטאדיום' אין ברוקלין. דער כינוס איז פאררופן געווארן דורך האדמו"ר זלמן לייב טייטלבוים מסאטמאר, מיט גאר ווייניג הילף פון אנדערע קרייזן, און האט באוויזן אנצופילן קנאפע 12,000 זיצן אין דעם גרויסן ספּארטס-צענטער.

דאס אומגלויבליכע איז געווען דער סורפרייז פונעם טאג, און האט אוועקגעשטעלט האדמו"ר זלמן לייב'ס פארטיי ווי א מאכטפולן כוח וואס קען צוזאמענברענגען אזא ריזיגן צאל פון מענטשן. די בני בית פון דעם רבי'ן זענען געזען געווארן אוונט נאכ'ן כינוס זיך ארומנעמען מיט קופקעס, ארויסזאגנדיג וואספארא געווינס דאס איז געווען, און ווי דער כינוס איז פאקטיש געווען א "ריזיגע לויה פאר אהרן טייטלבוים," ווי דער עבד לעבדי ה' שמואל טייטלבוים האט געזאגט פאר יעדן וואס האט נאר געוואלט הערן.

די אהרונים, ווידעראום, האבן געהאט איינער פון זייערע שווערסטע טעג זינט זייער רבי איז געקרוינט געווארן ווי האדמו"ר מסאטמאר. שוין צום צווייטן מאל וואס א ריזן ציבור חסידישע אידן קומען זיך צוזאם אין א גרויסן סטאדיום, און ווידעראמאל האבן זיי נישט געהאט קיין געלעגנהייט צו האבן א טייל דערין. דערצו איז דער פאקט אז די זאלוינים האבן באוויזן דאס אומגלויבליכע אויך א גאר שווערער פּיל אראפצושלונגען.

איבער אלעם איז דער טאג געווען באגלייט מיט בייזוואונדער פאר אלע זייטיגע צושויער, ווען דער ציל פון דעם כינוס האט זיך געבויעט אויף שקרים וכזבים וועלכע קענען באשטעטיגט ווערן מיט איין טעלעפאן-רוף. איבער דעם האבן די אהרונים געבויט נאך א שטאפל פון פעיק ניוז, דרייענדיג מיט די צונגען צו ווארפן האלבע אומקלארע ווערטער מסביר צו זיין פארוואס זיי, מאמינים אין פעיק ניוז פונקט ווי די זאלוינים, קענען זיך נישט באטייליגן.

די מאסיווע פראפאגאנדע-אפאראטן ווערן יעצט ערווארטעט איש על מחנהו ואיש על דגלו צו בויען שקרים גג על גג: זאלוינים, גוזמאות איבער דער באטייליגונג און שקרים איבער דעם אפקלאנג און תועלת; און די אהרונים, ריזיגע עמערס פון שפינערייען און ליצנות, וואס יעדער – חוץ דריי תמימי לב וואס ארבעטן אין בוטשער סטאר – וועט וויסן אז ס'איז א חוזק און געלעכטער, אבער דאך וועט מען ווייטער קויפן, זיך משתתף זיין, פארטיידיגן, און זינגען ברוך הוא אלוקינו שהבדלנו מן התועים.

ברוך המקדש שמו ברבים!

פלען בי נאכ'ן שוין אוועקנעמען אפיציעיל 5000 זיצן און דאס וואס מ'האט שוין יא גענוצט איז געווען ניכר תשבר בחורים און אסאך ליידיגע זיצן
רוב נוטראלע וואס זענען דארט געווען זאגן אז פון די גענוצטע איז געווען 70 75 % פיל גיי מאך דעם חשבון און דאס איז שוין די הכתרה........... (איך מיין ביי זיין עכטע הכתרה (וועלכע ?) האט ער באלד געהאט מער מענטשן




אגב פון די קהלות וואס האבן זיך נישט משתתף געווען

סאטמאר
סקווירא
וויזניץ
פאפא
באבובX2
ראחמיסטריווקא
בעלעדX2 ווס. קאשויס2
ועוד

נחמו נחמו עמי

מפני חוסר הזמן האבן מיר נישט געקענט שיין אויסשטעלן ווי עס פאסט

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר