תכלית - יא גזירת גיוס אדער נישט?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

תכלית - יא גזירת גיוס אדער נישט?

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]ס'טוט זיך קולי קולות, ס'הערשט א צעמישעניש, יא גיוס נישט גיוס, פון ארץ ישראל קומט בריוו'ן אז לא דובים ולא יער, קיין גיוס בני ישיבות קיינמאל נישט געווען, ס'איז א וויסטע חלום פונעם פלג הירושלמי, די בלאט האט שוין אויך צוריק געצויגן פון די גזירה וואס זיי זעלבסט האבן פראקלימירט און געשטורעמט דערוועגן וואכן און חדשים בעפאר, זייער רבי האט אויך גערעדט דערפון כסדר, אבער פלוצים איז דער גזירה עפעס נתבטל געווארן מעיקרא. די יתד און המבשר זענען פארנומען שרייען פה אחד אז אזא זאך איז קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין, דער איינער חסידות פון אמעריקא מיט די פלג הירושלמי זענען ס'איינציגסטע טיפשים צו גלייבן אין אזא עלילות שוא ושקר. פאר א אדם פשוט ווי מיר איז געווארן כמעט אומעגליך צו דערגיין די ווארהייט דערפון חוץ אויב מ'זעהט זעלבסט כמכחול בשפופרות ווי מ'צווינגט אריין היימישן בחור צום צה"ל, און אפילו דעמאלטס איז אויך א ספק ווייל ס'קען זיין אז ער איז פארשטעלטער אדער א ממזר וכו'.

ווי מ'האט פארשטאנען איז יעדער מודה אז אויב ס'איז דא א עפעס א גזירה איז דער בארקלעיס איווענט כשר, נאר היות ס'איז נישטא אזא גזירה איז עס חזיר טריף, און איז כמעט ביהרג ועל יעבור זיך משתתף צו זיין דארטן, איי וועם גייט עס אן, נישטא קיין גזירה זאלן זיי שרייען ביז דאס דאס קול גייט זיי אויס, אבער די הייליגע ראשי ישיבות פארשטייען אז אויב ס'איז נישטא קיין גזירה טאר מען נישט מאכן קיין עצרת, די טעם איז לכאורה די באקאנטע טעם הכמוס וואס די ליטאים האבן ווארשיינדליך אויסגעבארגט פונעם דברי חיים. און שטייצעך אז ס'איז א פגיעה אינעם כבוד התורה, ובפרט אינעם טיטל גדול הדור, אויף וואס מ'האמיר מקובל פון רבותינו הק' אז אויב איז מען פוגע אינעם טיטל גדול הדור קען ח"ו די הייליגער יתד נאמן פארלירן סובסקרייבערס רח"ל היל"ת, ועונשה בכרת.

וואס ס'איז געשעהן אבער איז אז מ'האט געפילט פאר וויכטיג אויפצושטעלן עימיצען 'יהודה רבי' רעדן ביים עצרת, ווער ס'האט אים געהערט רעדן האט זיך געקענט דאכטן אז מ'האט געברענגט עימיצן מיט א אשכנזישן הברה ווי זיי רופן עס, מ'האט א נאמען געגעבן 'רבי', מ'האט פארשטעלט אין א פראק, מ'האט פאברעצירט א ישיבה מיטן נאמען נחלת משה/הגר״י בן נעים, מ'האט אים געהייסן וויינען און פארציילן סיפורים, ער האט געזאגט נעמען, קיין נייעס האט עס נישט געמאכט, ס'וואלט דאך געדארפט זיין א ראיה ברורה אז ס'גייט יא פאר עפעס א גזירת גיוס, דאס וואלט דאך געדארפט אראפשטעלן די ריכטיגע פאקטן, נאר קוקט אויס אז דער עולם האט עס נישט אפגעקויפט, קיינער האט נישט גע'חלומט אז דאס איז א עכטע מעשה מיט פיקטיווע נעמען. בקיצור, אפגעוויינט אפגעשריגן, און צוריק קיין ישראל, קיינער האט נישט גערעדט דערפון און קיינער וואלט מער נישט געדענקט אז ס'איז בכלל פארהאן אזא פיגור.

אבער היינט אינדערפרי איז ארויסגעקומען א בריוו פון יענעם ראש ישיבה מיטן נאמען הגר״י בן נעים, קודם איז מען געוואר געווארן אז ס'איז יא פארהאן אז ישיבה, זיי האבן אפילו א לעדדערהעד, און דער רעדנער הייסט טאקע רבי, ער גייט טאקע מיט פראק, ער האט עס נישט געקויפט ביי טויס4יו ספעציל צום עצרת, די בארד איז א עכטע, בקיצור ס'איז נישט קיין שפיל געווען, דער ראש ישיבה דערמאנט אינעם בריוו די גרויסע חטא פארן רופן א משגיח מיטן נאמען ראש ישיבה, כאטש דאס איז א טיטל פאר יעדן צוציק וואס שטיפט צייט מיט דרייצן יעריגע, יעדע 'מגי"ש/פסיכיאטער/בחור-טרייבער/פאטענציאלע-מאלעסטער' ווערט היינט אזוי באטיטלט, האט ער אבער געטענהט אז דער דרשה האט אנגעשטינקן זיין ישיבה און לא היה ולא נברא, מ'האט קיינמאל קיינעם נישט גענומען פון דעם ישיבה צום מיליטער, ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט ער אויך געשריבן אז ס'איז בכלל נישטא קיין מיליטער אין ארץ ישראל, און דאס גאנצע לאנד ארץ ישראל געפינט זיך נישט אויף די מאפע. ס'קומט אבער ארויס אצינד די אמת אז די נעמען איז טאקע פיקטיוו אבער מ'האט יא קלאר גענומען בחורים פון דארט אין מיליטער און די אלע מעשיות זענען שוין איינמאל אמת.

ווי ס'ווערט באריכטעט איז דא די גאנצע ליסטע מיט נעמען, ככר השבת שרייבט: ברשימה, כך נודע ל"כיכר השבת", מופיעים פרטים אישיים של הבחורים, מקום מגוריהם ותפקידם היום בצה"ל. כמו כן, הוצגו בפני האדמו"ר מסמכים המעידים כי הבחורים אכן למדו עד לשנה האחרונה בישיבת נחלת משה..

בקיצור, ווי ס'ווערט אצינד נתברר איז יא דא עפעס ממשות צו דעם ווארט גזירת גיוס, אויב האט דער עצרת געדארפט אויפווייזן אז ס'איז יא דא עפעס א גזירה, האט עס אצינד עס אויפגעוויזן מיט די עכטע קאלירן.

כ'הייב שוין עפעס אן גלייבן אז יש דברים בגוי, די שאלה איז נאר פארוואס פון בני ברק איז דא אזא שטארקע מערכה דערקעגן, איז דאס ווייל ס'איז נישט אמת, אדער וועגן א צווייטע סיבה...

פאר איך געב איבער די מייק פאר די ברוינליכע יושבי צימעס וויל איך בעטן אז דא זאל מען נאר רעדן צו מ'נעמט בחורים אין מיליטער אדער נישט, און די אפדעיטס פון ישבת נחלת משה מיטן משגיח קטן וואס איז אגב אויך מנהל אין די שולע און דער גרינדער פון אנדערע מוסדות דארט, ס'איבריגע זאל געליפטערט ווערן אין די פילע אנדערע אשכולות.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר