מדבר שקר תרחק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

מדבר שקר תרחק

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]קיינער גלייכט נישט ווען מ'פארקויפט אים שקרים, און קיינער גלייכט נישט ווען ס'זיצן אפאר אידן און פירן ארום די מענטשהייט מיט אפענע ליגיונות. אפגעזעהן צו ס'איז א פראבלעם צו דינען אין מיליטער, שרייען אבער עטליכע גדולי הדור אז אזאנס פאסירט נישט בימינו אלו, מ'נעמט נישט קיין בחורים אין מיליטער פינטל, אן אריינגיין צו מיליטער איז שלעכט וויל אבער קיינער נישט אז מ'זאל אים פארקויפן באבקעס, נאכדערצו ווען ס'רעדט זיך פון ראשי ישיבות און מנהיגים. ס'איז געפערליך מיאוס און עקלדיג ווען מ'נעמט גאנץ כלל ישראל און מ'פארקויפט זיי לאקשן, נאכדערצו ווען ס'ווערט געטוהן און פארום פון א מכתב וואס ווערט פאבלעצירט ברבים.

פון אמעריקא איז געגאנגן א בריוו קיין ארץ ישראל ווי מ'האט אנגעפרעגט ספעציעל אויף די שמועות אז מ'נעמט ספרדישע בחורים אין צה"ל, ווי אויך אז ס'איז נישטא ווער ס'העלפט פאר די בחורים זיך ארויסצוזעהן דערפון, אויף וואס ס'איז געקומען א ענטפער פון די גדולי הדור אין א"י אז אלעס איז פעיק ניוז, נישטא קיין גיוס, אלעס איז שוא ושקר, און די גדולי א"י באהאנדלן עס מיט גרויס סיעתא דשמיא, נישטא וואס צו זארגן ווייל אלעס איז בסדר.

נעכטן איז אבער נתפרסם געווארן א קלארער בריוו פון צעהן פראמינענטע ספרדישע רבנים וואס שרייבן צווישן אנדערע
מחמת כל הנ"ל, נוצר המצב שיש הרבה מאד בחורים ואברכים תלמידי ישיבות וכוללים שאינם מקבלים דיחוי אף שרוצים להתייצב ולהסדיר את מעמדם, ורבים מהם ישבו כבר במאסר, וחלקם התגייסו בסופו של דבר לצבא, ועוד הרבה מסובכים ומתחננים לעזרה. ואותם בחורים ואברכים מנסים לפנות לכל העסקנים והגופים שאחראים לטפל בזה, ופעמים רבות שאף פנו לכמה ראשי ישיבות מפורסמים, אך כולם אומרים שאין בידם מה לעשות, וקול זעקתם וזעקת הוריהם עולה עד לרקיע.

וגם יש הרבה מאד בחורים ואברכים שהתפתו ע"י אותם גייסים ומשתפי פעולה מתוך הציבור החרדי והלכו לצבא, וביניהם בחורים מישיבות ממש מפורסמות ואף מחוגים חשובים, ונעשו שם בזמן קצר מחללי שבתות וחייבי כריתות ה"י, דבר שלא היה מעולם, דמם ודם זרעם זועק אלינו מן האדמה.

דארף מען פארשטיין, איינע פון די בריוו'ן איז בע"כ נישט אמת, מ'ווייסט נישט נאר וועלכע, וויאזוי קענען גדולי ישראל שרייבן און מפרסם זיין אפיציעל אזעלכע אפענע שקרים אן קיין בושה?

------------------------------


די ראש ישיבה הרב יעקב בן נעים שרייבט אין א בריוו צו רז"ל ט"ב, אז מ'האט נישט גענומען קיין איין בחור פון זיין ישיבה אין מיליטער, דער בריוו טראגט זיין לעדדערהעד מיט זיין חתימה, ער שרייבט דאס פאלגענדע
ב"ה כל תלמידינו לומדים ומעלים, כולם בני עליה, ואף אחד לא יצא לצבא בעקבות גייסים או פיתוים בלשכת הגיוס, והכול בדוי מן הלב, כמובן,

אצינד ווערט נתברר קלאר מיט די נעמען, נומערן אדרעסן ועוד אז ס'איז דא פון די פארגאנגענע יאר אליין פיר בחורים פון זיין ישיבה וואס מ'האט גענומען אין מיליטער, זעהט דא די פילע דיטעילס פון די בחורים, שטעלט זיך א קשיא, וויאזוי קען א ראש ישיבה מיט א ווייסע בארדע פארקויפן שקרים פאר די גאנצע וועלט?

איז דאס די ראש ישיבות פון אונזער דור? זענען זיי די וואס זענען מחנך אונזערע קינדער? אויף זיי דארף מיר אונז ארויף קוקן אלץ גדולי הדור? דאס איז דאך א באנדע שקרנים וואס מיינען אז אונז זעמיר אזעלעכע בטלנים אז מ'קען אונז פארקויפן וואס מ'וויל. איז דאס וואס די תנועת המוסר איז אלל אבאוט?

ווען ב. טויב, א.ל. קעניג, און ש. מרגליות מיט די אלע הענדיקעפס גייען קומענדע וואך שרייבן זייער וועכנטליכע זאץ אז 'בעד בצע כסף פארפירט מען אונז מיט לגיונות', זאל איך זיי נישט גלייבן? וואס דען זאל איך טראכטן?

ווען זיי זאגן ווען אז גיוס איז נישט קיין פראבלעם פארשטיי איך, זיי זענען בארעכטיגט צו האלטן וואס זיי ווילן, אבער ארויסקומען מיט בריוו'ן אז מ'נעמט נישט קיין בחורים אין מיליטער און ס'שטעלט זיך דערנאך ארויס אז ס'איז א בייזער ליגענט וואס זיי ווילן פארקויפן פאר כלל ישראל איז עוון בלתי יכופר, ס'ווייזט אז כלל ישראל איז אין זייערע אויגן נעריש און נאאיוו, אז מ'קען אונז פארקויפן וואס מ'וויל[/justify]

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר