א' חקת גרויסער "כינוס העסקנים" בראשות הרב מ'סאטמאר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 455 מאל

א' חקת גרויסער "כינוס העסקנים" בראשות הרב מ'סאטמאר

שליחה דורך איש את רעהו »

די סאטמארע רב פארופט א גרויסע 'כינוס' פאר עסקנים צו דיסקוסירען די טעמע בנוגע די אפיס פון מרכז עזרה ויעוץ וואס שטייט אין שפיץ פון הרב שישא פון תו"א וואס זיי שטייען אסאך צו הילף פאר אידישע בחורים בארה"ק צו קענען זיך פטר'ן פינעם מיליטער.
הרב שישא איז היינט זייער גרויס ביי די פאליצייאישע אינסטאנצן און העלפט גאר אסאך ארויס פאר אידן וואס ווערן פארפלאנטערט מיטן געזעץ.

די אסיפה איז א 'געהיימע' אסיפה און עס איז 'ערלויבט כניסה' נאר פאר געלאדענטע עסקנים.

די גרויסער כינוס קומט פאר אין שאטן פין די פארשידענע נוסחאות וואס גייען ארום ביים ציבור וועגן די אגייענדע סכנת הגיוס אין אר"י און די זאכן דארפן א קלארקייט
איין נוסח לויטעט:
מען טרייבט איבער וועגן די גזירה

2] מען דארף שיקן צו די ראשי ישיבה בריוון אויף א ארגענעזירטע אופן

3}מען דארף א לויער צו קענען פארשטיין וואס די גזירה איז

4} מען דארף טון אבער נאר בתנאי אז מען פארזאמעלט אסאך רבנים פין פארשידענע קרייזן

5} עס איז היינט א פאליטיק און מען קען גארנישט טון

6}מען מעג נאר מוחה זיין מיט נאך אנדערע קרייזן נישט אליין

7} פון איין זייט איז דא מגזימים פון די צווייטע זייט ליגנער'ס

8} די ח"כ זאגן אז ס'יז שוין אלדינג מסודר

9} ס'איז פארוואנדעלט אין א פאליטיק ס'שווער צו דן זיין איבער דעם
ועוד ועוד..

אין ליכט פינעם אומקלארקייט וועט אינטער 'פארמאכטע' טירן פארקומען א זיצונג מיט די עסקנים וואס האבן באקומען רשות כניסה.


איין זאך איז נישט קלאר פארוואס די פובליק טאר עס נישט מיטהאלטן, און פארוואס נאר גערופענע עסקנים.

דער אשכול פארמאגט 64 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר