בלאט 1 פון 1

די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 5:32 pm
דורך חקרן
עס זענען געווען אסאך גוטע שטיקלעך אין די אסיפה, עס איז כדאי צו ברענגען די הויכפונטן פון די אסיפה. איך הויב אן, און ווער עס קען, זאל מוסיף זיין:

ר' אהרן - איך קען דעם איד (עמרם טייטלבוים שנכח במקום), קיין איין ווארט קענט איר נישט גלויבן וואס ער זאגט, איך גלייב אים נישט קיין איין ווארט.
א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען...
ר' אהרן - איך האב משפחה פארבינדונגען מיט רבנים אין ארץ-ישראל - איר ווייסט... איך קען אריבערפארן און רעדן מיט זיי...
פאפא רב - מען דארף זאגן דרשות פאר די ליטווישע בחורים און זיי אויפקלערן.
ר' אהרן - פאפא רב זאגט זייער קלוג... אויב עס וועט זיין א הזמנה פון פאנאוויטש אדער גור, וועט פאפא רב אהינגיין רעדן. איך קען פאפא רב און איך גלייב אז ער וועט זיין גרייט אריבערצוגיין רעדן דארט, אויב מען וועט אים רופן. נישט אזוי פאפא רב?
ר' אהרן - עס איז געווען א בריוו וואס האט זיך ארומגעדרייט צווישן די רבי'ס אין ארץ-ישראל - ר' עמרם איר ווייסט אויך דערפון...
עמרם טייטלבוים - ניין איך ווייס נישט, איך ווייס נישט - אז מען רעדט אין מיין נאמען מוז איך זאגן אז איך ווייס נישט, איך מוז מוחה זיין.
ר' אהרן - איך וואלט ערוואטעט אז מען זאל אריבעררופן אהער איינע פון די אנדערע זייט, זאל זאגן זיין זייט.
אחד מעסקני ירושלים - עס איז דא עדות אז מען האט גערופן מאיר פרוש, נאר ער האט נישט געוואלט שטיין פנים אל פנים...
ר' אהרן - ר' עמרם, איר קענט ארויסלייגן פאשקאווילן אויף מיר וויפיל איר ווילט... איר הערט? - אז איך קום קיין ארץ-ישראל, גיב איך אייך רשות ארויסצולייגן וויפיל פאשקעווילן איר ווילט.

נאך איינער האט פנינים יקרים פון יענע אסיפה?