וועיז אין אידיש

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

וועיז אין אידיש

שליחה דורך ווייל אזוי »

ווען אונז זענען געווען קינדער איז נאר געווען די אלטע גראבע דשי.פי.עס'ס, ווען איינער האט שוין געהאט אביסל א קלענערע אדער מיט טרעפיק אפדעיטס (וואס איז געלאפן מיט אפאר שעה שטייט) איז ער שוין געווען פון די בעסערע, די קול איז געווען א קול אשה און די עלטערן פלעגן טאקע אפאכט געבן צו מאכן שטילער די וואליום ווען די קינדער זענען געווען אין קאר.

דא איז א לינק פון חברים וואס האבן שוין געוויינט אויף די קול אשה, viewtopic.php?f=24&t=180&start=1650
.
נאכדעם איז שוין ארויסגעקומען בעסערע ג.פ.ס'ס וואס איז געווען קלענער געבויט און האט שוין נישט געהאט די ריזיגע ראוד'ס אויף זיך, די טרעפיק אפדעיטס איז שוין געווען בעסער אפדעיטעט, אזוי האט זיך מיט די יארן גערוקט די אפדעיטס ביז היינט ארבעט עס שוין סאך בעסער.

די וועלט בלייבט נישט שטיין און ס'איז ארויסגעקומען גוגל-מעפס, וועיז און נאך וואס ס'איז אויפן טעלעפאון, די טרעפיק איז שוין גוט אפדעיטעט, און מ'קען אויך טוישן קול צו א מאן, און נאך אסאך מעלות.

לעצטענס איז וועיז ארויסגעקומען מיט א נייע אפדעיט אז מ'קען רעקארדירן א קול/שפראך און ווער עס וויל קען עס דאונלאודן און נוצן.

איז געקומען א אינגערמאן 'לייבי ווידער' און רעקארדירט אין אידיש אלעס און ארויסגעלייגט פאר'ן עולם אז מ'זאל הנאה האבן.

ס'איז זייער געפאלן די געדאנק און מענטשן האבן דאס געזעהן און מ'האט אנגעפאנגען נאכצומאכן, ס'וואקסן ארויס יעדן טאג נאך, ווי שוועמלעך נאך א רעגן יעדער מיט זיין חן, צווישן אנדערע קען מען הערן ווי חאצאצקע רבי פרעגט מיט אזא זיסע שמייכל "דו ביסט גרייט?" אדער ווי לייבי זאגט "דו ביסט פיינע נייעס ביסט אנגעקומען".

נאך אביסל וועט נאך ארויסקומען א ראש השנה ווירדשען ווי מ'וועט הערן א קול געשטיקט פון טרערן הייסן "מאך א רעכטס".

אויך וועט ארויסקומען לצנות ווי מ'וועט נאכמאכן באקאנטע שטימע'ס א שטייגער ווי משגיח'ם, מלמדים, רבנים וכו' .

דאאיז די לינק פון לייבי ווידער.

דא איז די לינק פון חאצאצקע רבי.

דא איז די לינק פון חילי פאוזן.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר