רוסישע מלחמה אנטקעגען ספינערס. Non Fiction

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

רוסישע מלחמה אנטקעגען ספינערס. Non Fiction

שליחה דורך shtriemel »

רוסישע סטעיט טעלעווישען האט געמאלדען אז די פידגעט ספינערס זיינען שטארק עדיקטיוו.

די אפיציעלע קאנסיומער דעפארטמענט מטעם האט געווארענט אז די ספינערס זיינען מוכן לקבל טומאה דורך אריינברענגען מעסעדשעס פון די כוחות הטומאה. Messages of the political opposition בלע"ז.

זיי האבען באמערקט די אגרעסיווע טאקטיקס די ספינער פארקויפערס נוצען אריינצוציהען תינוקות של בית רבן. אויך זיינען זיי אויפמערקזאם אויף טענות די עלטערען פון די געטראפענע קינדער האבען רח"ל.

פריעדיגען דאנערשטיג האט די פראגראם רוסיע24 געמאלדען אז די ספינערס זיינען אן אינסטראמענט צו מאכען זאמביס. "אויך איז עס א סארט היפנאסיס".

"ספינערס האבען אסאך מאל א נעגעטיווער איינדרוק אויפען מענטשעס נשמה, און קען צוברענגען אז אנדערע מענטשען זאלען קענען שולט זיין אויף עם", האט די מומחה געווארנט. "זיבען קינדער זיינען שוין ליידער פארכאפט געווארען אין א טראגעדיע דערוועגען, איינער האט נעבעך פארלוירען א פינגער" פון די ספינער ימח שמו.

מקור: https://www.google.com/amp/s/amp.thegua ... opposition

------------

די נער איז נישט אונזערס. דערווייל. מען דארף נאך אביסעל קאלאשען מיט זיי פאר אונז וועלען איינזעהן די אמת…
חכמה בגויים אל תאמין
רעאגיר