תורה ומדע האט געשריבן:מיין הארץ ווייטאגט מיט דיר און דיין חשובע משפחה.
דאס מצב החינוך ביים חסידישען עולם איז א טיים באמבע. עס האט נישט קיין הנהגה, און יעדער ראצער מאכט זיך א ישיבה און איז מחנך די האקעלע צאן קדשים. עס איז כמעט נישט פאררהאנען קיין חסידישע ישיבות גדולות דאהי, אויסער די וואס באלאנגען צו די גרויסע חסידישע פירמעס. ממילא זענען די וואס עגזיסטירען יא ידם על העליונה. קיין גרויסע מחנכים און וויזיונערן זענען ניטא. אין עניני חינוך ולימוד טוען זיי בלויז נאך וואס מען האט געטוען נעכטען און אייער נעכטען. שכ״ל רייסט מען אין הימל אריין. עלטערען פלאגען זיך. אויב האבען זיי פראגראמען פונעם גרויסען פעטער זאל לעבען פילען זיי זיך אהן די קעשענעס היבש שיין.
בן אדם האט געשריבן:זעה אז א פאר טאטעס זאלען אנרופן דער ראחמיסטריווקער רבי פון ירושלים. בדוק ומנוסה! זיי זאלן רעדן צום רבי'ן אליינס, נישט צו קיין גבאים.
בעביסיטער האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:זעה אז א פאר טאטעס זאלען אנרופן דער ראחמיסטריווקער רבי פון ירושלים. בדוק ומנוסה! זיי זאלן רעדן צום רבי'ן אליינס, נישט צו קיין גבאים.
מען האט שוין פראבירט מ'קען נישט צוקומען
שבת אחים האט געשריבן:ר׳ מאיר הייזלער איז נישט אין סאכאטשוב?
ער איז געוועהן מיין מגיד שיעור אין סאכאטשוב, בית וגן ירושלים מיט איבער צוואנציג יאהר צוריק, ער איז שוין דאן געוועהן א זקן.
ארי נוהם האט געשריבן:ער איז ארויס פון סאכאטשוב ארום צען יאר צוריק, און געעפנט זיין אייגענע ישיבה.
ער זעלבסט איז דער היפוך פון די סארטן שגיונות,
ר' בערל: ייש"כ יאפ, אבער דע "ב"ה" ביים סוף פון דיין תגובה איז אז אינז זענען א חלק פונעם סוישעל מידיא, און מיר זענען עוסק דערין. און מיר וועלן ווייטער שרייבן און זיך לאזן הערן דעם אמת עד שתעביר ממשלת זדון מן הארץ. יחי המלך דער וועקער, ויחי קאווע שטיבל!!berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: אין די לעצטע 2 שורות פון דיין תגובה האסטו מסכם געווען דעם עיקר און שפיץ פון דעם חילוק פון אמאל ביז היינט. אמאל איז נישט געווען דער (פארשאלטענער? האמיר שוין פארגעסן) אינטערנעט און סאשעל מידיא. וואס א יעדער רשע וגס רוח האט געקענט טון ככל העולה על רוחו הנפוח. אן דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף זיינע מעשים רעים. משא"כ, היינטיגע צייטן וועןו איינער וויל אנשטעללן רשעות מיט א פרומען פנים, ווערט נתגלה קלונו ביז 5 מינוט...! דאס איז דער סוד פארוואס די פרומע רשעים זענען אזוי שטארק להשמיד ולהרוג אנטקעיגן דעם. ב"ה...!
קאך_לעפל האט געשריבן:סתם ארום פון נושא אויף די אונטערוועש וועלן זיך די שוחטי ילדים קנאפע דערשרעקן. ס'ליגט א הייליגע פליכט אויף די מענטשהייט צוזאם-צושטעלן א גענויע ליסטע פון די שוחטי ילדים און די סלעקציאנערן, און מקיים זיין דעם והוקע אותם נגד השמש, און מפרסם זיין זייער רשעות בכל קצווי תבל, אזש זיי זאלן 2 מאל טראכטן איידער זיי מאכן דעם דעם רויטען עקס אויף די ליסטעס, און דרוקן דעם דעליט קענעפל אויף א בחור'ס עתיד אויף שטענדיג....און ווי אויך דארף מען זיי שטענדיג קאנפארנטירן איבער זייער סאדיסטישע טעטיקייטן.
מ'דארף מתפלל זיין זיין צום הייליגען באשעפער אז די מייסדי המוסדות הרה''ק מבעלזא זי''ע, הרה''ק מסאטמאר זי''ע, מהר''ש מבאבוב זי''ע, הרה''ק מקלויזענבורג זי''ע, דער הייליגער אימרי חיים זי''ע, דער היילגער אימרי אמת זע''י ועוד, זאל אראפקוקן פון זייער הייליגער ארט אין גן עדן, און זיכער מאכן אז די שווארצע מלאכי חבלה זאלן שוין איינממאל פאר אלעמאל איינשלונגען די פונסטערע שוחטי ילדים, המחבלים כרם השם צבאות....
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט