היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 814
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 727 מאל

היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא

שליחה דורך יתרו »

עס טוט זיך אויף טישן און בענק אין סקווירא, די רבי שרייבט א ספר תורה, און היינט איז די הכנסת ספ"ת, און עס אינוואלווד דערין אנשים נשים וטף. יעדער קען באקומען אן אות אדער ווארט אין די ספר תורה לויט די קבלות וואס מען איז זיך גרייט מקבל צו זיין, נאט אייך א ליסט פון די תקנות:

ילדים און בחורים- אויב מען איז זיך מקבל נישט אונצוקוקען א קאמפיוטער, נישט צו רירן א סמארט פאון און נישט האבן קיין אומגעפילטערע עם פי טרי (מען מעג נאר האבן אזאנס וואס מען קען נישט אריינלייגן קיין SD קארד)

אברכים- אויב מען איז זיך מקבל נישט צו ניצן קיין סמארט פאון אין בית המדרש, און אין שטוב, נאר אין ביזנעס און נאר געפילטערט פאר פינעף יאר.
אויב מען איז זיך מקבל פאר א גאנץ לעבן דעמאלטס שרייבט מען ארויף די נאמען אויף די מענטעלע פון די ספר תורה (אינעווענדיג פון די מענטעלע).

פרויען- אויב מען איז זיך מקבל נישט צו גיין מיט ליפסטיק, סנאודס, און אויך נישט גיין מיט קיין קליינע העטס, נאר העטס וואס גרייכט ביז די אויערן.
עס טוט זיך אסאך שלום בית קעיסעס ווען דער מאן וויל איין זאך און די פרוי האלט נישט דערביי.
די אינגעלייט נעמען עס זייער ערענסט ווייל די רבי גייט ליינען אין די ספר תורה יעדע וואך.
[tag]ישראל גלויבער[/tag] קום אריין און געב איבער מער דעטאלירטע אפדעיטס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יתרו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר