ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש השנה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

הודעהדורך גראף » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:18 pm

@ימים ידברו איך בין שוין דארט געווען עטליכע מאל און ''רוב'' עולם האט נישט געזינדיגט דארט נאר פון אלע מין זענען געווען אזוינע וואס זענען הויעך א גאנץ ר''ה. אנדערע וואס גייען טאקע צו זונות רח''ל קומען ניטאמאל און קיין אומן נאר בלייבן אין קיעוו. עס קען אז די לעצטע פאר יאר האט זיך עס געטוישט אדער כ'גלייב נישט אזוינע נומערן.
יעצט לגבי פארן צו א צדיק לאחר פטירתו אזויפיל יאר שפעטער איך הער טאקע דער חילוק אבער זיי האלטן דאך אז אזוי האט ער געוואלט.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1012
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 545 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:26 pm

איך פארשטיי נישט, מיט הונדרעט יאר צוריק, האט געוואוינט א איד דער הייליגע ח"ח זי"ע אין פולין, און איהם איז נישט איינגעפאלען צו פארן. איז ער דען נישט קיין בר פלוגתא מיט מוטה פראנק? ס'האט געוואוינט א איד, דער מהרש"ם אין ברעזאן, און ער האט קיין ר"ה דארט נישט געפראוועט. איז ער דען נישט קיין בר פלוגתא מיט הרב יעקב מאיר?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 11:36 pm

צו דער מהרש"ם אדער חפץ חיים זענען א בר פלוגתא מיט מוטה ווייס איך נישט. דו ביזט אבער זיכער נישט קיין בר פלוגתא מיט ר' יעקב מאיר.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:30 am

ווי איך פארשטיי איז די זאך פשוט

קודם די אלע נארישע חשבונות פון זיבן פעטע קיען און זיבן טויזנט קומען מזנה זיין איז הוילע אויפגעבלאזענע דמיונות פון עטליכע קיען איך זאג נישט אז ס'פארן אהין נאר ערליכע אבער בעלי עבירות איז דא איבעראל סאטמאר רב האט געפנט א וועד הצניעות נישט פאר אידן וואס זענען נישט געגאנגען מיט סאן גלעסעס איו עירפארטס..........

ברסלב איז אנדערש ווי אלע חסידות מיט דעם אז זייער רבי רבי נחמן האט נאך עד היום הזה ניט קיין ממלא מקום און נישט אז זיי האלטן אז ער לעבט אזוי ווי די משוחיסטן נעבעך און ניט אז זיי האבן א שיטה אז 'מ'טאר' נישט נעמען קיין מ"מ אזוי ווי די בני יואל האבן פראבירט מאכן אזא מאוומענט נאר די סיבה איז אז ביי זיי איז רבי נחמן מיט זיין דרך און זיינע הייליגע ספרים זייער לאמר אמטירנדע רבי כאטש די עצם זאך אז א נישט אתנו בחיים רבי זאל זיין די רבי איז עפעס א מושג וואס מ'פארשטייט נישט בעיני המון און ס'איז פאני איז אבער דער מציאות אז בערך דאס איז די ברעסלעבע חסידות "זיי האבן נישט קיין רבי נאר א משפיע וואס געט אריין דעם רבינ'ס דרך ווייטער" ליקוטי מהר"ן איז נישט עפעס א ספר וואס ליגט ביי זיי אין שאפע נאר אין דעם קאכן זיי

מילא אז זייער אמטירנדע רבי איז געבליבען רבי נחמן און אז דער תתלמיד רבי נתן האט נאכגעזאגט משמו אז ר"ה זאל מען זיין ביים רבי'ן איז פשוט אז מ'פארט אפילו מאתיים וד' מאות שנה ווייל פונקט אזוי ווי זייער גאנצע געפירעכץ איז מיט'ן רבין רבי נחמן אזוי איז ר"ה והבן

וכיון ס'איז באמת אביסל פאני האט זיך אנגעהויבן רעבעליעניס אקעגן דעם איז עס געגאנגען אויף פארקערט אויך און זיי מאכן עס פאר מער הייליגער ווי עס איז דער אמת איז אז פונקט ווי צו א לעבעדיגע רבי מוז מען ניט פארן אויף יעדע יו"ט די זעלבע ביי זיי ר"ה אבער אזוי וווי עס איז דא פארפירערס און אזעלכע ליצני הדור וואס האלטן זיך אונטער מיט דעם ע"כ לעומת זה ווערט עס מער פארהייליגט און פאנאטיש ביי זיי און מ'רעדט דערפון ווי כאילו איך ווייס וואס דארט פילט מען ווי מלאכים שווארצע צו ווייסע ניט קיין נפקא מינה

אבער באמת איז אלעס נארמאל ס'איז א התעלות אוועק פון די שטוב און פון די רושיגע נוי יאקע גאסן ביי א הייליגן צדיק א חבורה פון צענדליגער טויזענטער אידן און ס'איז נאך ספוקי אלס ר"ה נאטורליך איז אז מ'פילט זיך דערהויבן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1144 מאל

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:35 am

בילד

האסטו די תירוץ !

עפעס איז נאך שווער ?
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:51 am

כ'מיין כ'גיי מיך פירן היי יאר נוסח קאזניץ, היי יאר בין איך נישט אין די מוד פון א פארכטיגע ראש השנה, און שטייטסעך לסימנא טבא פאר א גאנץ יאר
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 852
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1560 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:52 am

רב שכטר דארף נישט קיין רבי. אבער דער וואס מיינט ער קען טון אגאנצ יאר וואס ער וויל. און ר"ה האט ער א רבי וואס רדארף זיך נישט פארענפערן. איז אשאד זיין צייט
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:45 am

איך האלט נישט קיינעם אפ פון פארען, אבער אלע שרייבערס דא אנטשולדיגט אייערע תירוצים זענען נישט צום דבר!
נאכאמאל חזרה וואס וועט שטעלן מיין שטעלונג אין דער זאך!
א' די גאנצע זיין ביי רבי נחמן לאחר פטירתו אין אומאן פארען פון די גאנצע וועלט איז נישט אידיש, איבערלאזען ווייבער מיט קינדער, פארען אין א פרעמדע פרימטיווע מקום, וואס איז א חשש סכנה ליידער הערט מען יעדע יאר מעשיות, אמת 25 טויזענט מענטשען זענען דארט וואס ווילסטו, אבער מעשיות מיין איך מ'שטארבט אין מקוה ביים לעיק, וכדומה כל הדרכים בחזקת סכנה,
ב' דער מקום איז מוכן לפרעניות קימענדיג אהין אלע מיני מענטשען וואס אסור פאר א נארמאלע מענטש צו שטיין אין זייער ד' אמות וועגען סכנה פון עריות, גניבה, דראגס, וכו' וכו' עס איז נישט קיין מיעוט עס איז דער רוב, ליידער ,
ג' מ'געפינט נישט אזא הנהגה ביי קיין שום דרך החסידות וקבלה וליטא צו גיין יום טוב צו א ציון מיט אזא רבים, וואס איז נגד ההלכה ופשטות התורה,
ד' די הוללייעריי מיט די טענץ מיט די פעסטיבעל פון ראש השנה וואס איז באשאפען געווארען פאר די מענטשען וואס האלטן נישט ביים פראווענען א ראש השנה מיט א כובד ראש ווי מהאט געטון בכל דור ודור אפי' אין ברסלב, איז נגד ההלכה, מענטשהייט, אקעגין אלעס וואס שטייט אין ספרי הקודש די עבודה פון די טעג,
ה' אמונה, אז מזינדיגט אין רבי נחמן שלעפט ארויס ביי די פאות, איז אקעגין חזל און קעגין אלע ספרי יראה, איי רבי נחמן האט עפעס געזאגט דארפן קומען ערליכע משפיעם וואס זאלן מסביר זיין כוונת קדשו נישט ארויסנעמען א ההחלטה איך וויל זינדיגען נאך און רוסלאנד און פון שאול תחתיות נא פראבלעם דאס איז אטקעגין די תורה סענדעלט צו די הינדאוי להבדיל וואס שניידען זייער האר פאר עבודה זרה אדער דער בעל פעור,
ו' איי וועסטו פרעגען ס'דא רבי'ס וואס פאדערען מאדענע זאכען פון זייער חסידים בחייהם , די ענטפער איז מאדען איז איין זאך, דא אבער איז, אזוי פיל זאכען נגד התורה דאס איז א צווייטע זאך, ועוד מאן יימר רבי נחמן האט דאס געפאדערט בכלל, עס איז א מנהג פון צוואנציג יאר וואס גייט אריין מער און מער און שגעון, ווי תורה ויראה ואין כאן מקומו יותר להאריך, ווייל ווען מ'טראכט אמת'דיג אז דאס פשטות התורה מיט נארמאלקייט, ודרכי' דרכי נועם וכל נתבותי' שלום,
ז' יעצט וועל איך אויסרעכנען פאר לכל מאן דבעי למידע צדיקים פון דור האחרון נישט שונאים דייקא פון ברסלב וואס זאגען ווער עס פרעגט חס ושלום, פארען ראש השנה אויף אומאן ווי סקלוענער רבי זאל זיין געזינט וכדומה, יצחק תהילים האט מיר פארציילט אז א אמאל איז געקימען א ברסלבר צום ריבניצער זי"ע און זיך איינגעבעטען אז ער זאל זאגען די צען קאפיטליך תיקון כללי דער ריבניצער האט אים מדחה געווען איינמאל צוויי מאל אזוי א סך מאל, איינמאל האט ער ממש משיגע געמאכט דער ריבניצער זי"ע האט ער זיך אויפגרעגט און געזאגט מ'האט ניט געהאלטן פון זיי ! גייען תיפשים צום ריבניצער'ס ציון און מ'זאגט תיקון הכללי, זענט איר נארמאל? און להוי לידוע לכם, בימי רבי נחמן האבען רוב גדולי עולם תלמידי הבעשטה"ק מתנגד געווען צו דער גאנצער זאך, איז אזוי אויב זיי אלע האבען זיך טועה געווען, קען אויך זיין אז רבי נתן וכו' מיט מוטא פראנק האבען אויך געהאט א טעות, און לאור זה גייט צוריק און בית המדרש ווי דיין טאטע און זיידע און זיך נישט נייע זאכען שלא שערום אבותינו און נעם ראש השנה מיט א כובד ראש זיי ממליך די באטשעפער לויף נישט קיין אומאן אדער דזעקבסאהן אדער קערסטיר טהו וואס מהאט אייביג געטון זאג תהילים געב צדקה און דאווען ערליך און מחזיר וועט די בוכ"ע אייך אלע פארשרייבען א גיט גבענטשט יאר
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:41 pm

ימים ידברו האט געשריבן:איך האלט נישט קיינעם אפ פון פארען, אבער אלע שרייבערס דא אנטשולדיגט אייערע תירוצים זענען נישט צום דבר!

דיינע ווערטער זענען דאך אזוי צום דבר ........ אז ס'קומט זיך א מאדאל דערפאר

בקיצור דיינע ווערטער:
א ס'איז נגד התורה פינטל ווענד מיך נישט אפ
ב' מ'גייט אהין זינדיגן פינטל ווענד מיך נישט אפ
ג' ביז מוצאי ר"ה מער ווייניגער שלאפט יעדער און מוצאי ר"ה הוליעט מען פינטל ווענד מיך נישט אפ
ד' מ'האט עס קיינמאל געזען פינטל ווענד מיך נישט אפ
ה' ביי קיין איין אנדערע חסידות האט מען קיינמאל געלאזט ווייבער און קינדער אינדערהיים נאך מימי בעל שם ותלמידיו האט מען ניט געהערט אזא זאך פינטל ווענד מיך ניט אפ
ו' עולה על כלנה דער סקולענער האלט נישט דערפון פינטל ווענד מיך נישט אפ

די אלע אויבענדערמאנטע פאקטן......... וואס קען אויף קיין פאל נישט אפגעפרעגט ווערן.......... איז די יסודות פון מיין 'צום דבר'....... שטעלונג.............
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1144 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:45 pm

אדרבה ירא הקהל וישפוט קוק וואס איך בין מציע און וואס די ביסט מציע
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:45 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געוואלדיג אום מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:49 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול

סיבה: ומכופל
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:49 pm

מסכים לאמיר גיין צום ערשט

ווער דא האט שוין געהערט פון אזא מושג פון איבערלאזן ווייב און קינדער און פארן צו א רבי'ן אויף יו"ט ?

נו ירא הקהל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1144 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:58 pm

סדאך מנהג הנשים צועסן מאן-גוא ליל ר"ה
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:53 pm

ימים ידברו, א שאד אז דו מישט אמת'ע טענות מיט אנדערע זאכן וואס זענען קנאפע טענות, בעסער האלט דיך ביי די שטארקע. לאמיר זעהן:
ימים ידברו האט געשריבן:איך האלט נישט קיינעם אפ פון פארען, אבער אלע שרייבערס דא אנטשולדיגט אייערע תירוצים זענען נישט צום דבר!
נאכאמאל חזרה וואס וועט שטעלן מיין שטעלונג אין דער זאך!
א' די גאנצע זיין ביי רבי נחמן לאחר פטירתו אין אומאן פארען פון די גאנצע וועלט איז נישט אידיש, איבערלאזען ווייבער מיט קינדער,
איז נישט קיין טענה אויף זיי, דאס איז אן אלטע הנהגה פון חסידים. און אאל"ט האבן רוב דארטן די פולקאמע רשות פון זייערע ווייבער וואס האלטן דאס פאר א זכיה
פארען אין א פרעמדע פרימטיווע מקום, וואס איז א חשש סכנה ליידער הערט מען יעדע יאר מעשיות, אמת 25 טויזענט מענטשען זענען דארט וואס ווילסטו, אבער מעשיות מיין איך מ'שטארבט אין מקוה ביים לעיק,
מודעה רבה לאורייתא: גיבט אכטונג אויף וואס איר טוט! (נישט בלויז אין אומאן, נאר וואו אימער)
וכדומה כל הדרכים בחזקת סכנה,
מען האט נאך קיינמאל נישט מונע געווען צו פארן אין ערגעץ צוליב דעם, מען זאגט תפילת הדרך און מ'האפט אויפן בעסטן. אויב זענען זיי גערעכט אז דאס איז בציווי רבם זענען זיי הולך לדבר מצוה
ב' דער מקום איז מוכן לפרעניות קימענדיג אהין אלע מיני מענטשען וואס אסור פאר א נארמאלע מענטש צו שטיין אין זייער ד' אמות וועגען סכנה פון עריות, גניבה, דראגס, וכו' וכו'
נארמאלע ערנסטע מענטשן גיבן זיך אכטונג פון זיי, דאס איז נישט קיין סיבה זיי זאלן אויפהערן פארן אויב ר' נחמן האט זיי בפירוש געהייסן יא צו פארן
עס איז נישט קיין מיעוט עס איז דער רוב, ליידער ,
א מחלוקת אין מציאות, קיינער פון די צדדים האבן נישט געברענגט קיין הארטע נומערן דערווייל (מיט דעקונג שטייטצעך, נישט שיסן סתם)
ג' מ'געפינט נישט אזא הנהגה ביי קיין שום דרך החסידות וקבלה וליטא צו גיין יום טוב צו א ציון מיט אזא רבים, וואס א חילוק די נומער? וואס איז נגד ההלכה ופשטות התורה,
וועלעכע הלכה?
ד' די הוללייעריי מיט די טענץ מיט די פעסטיבעל פון ראש השנה וואס איז באשאפען געווארען פאר די מענטשען וואס האלטן נישט ביים פראווענען א ראש השנה מיט א כובד ראש ווי מהאט געטון בכל דור ודור אפי' אין ברסלב, איז נגד ההלכה, מענטשהייט, אקעגין אלעס וואס שטייט אין ספרי הקודש די עבודה פון די טעג,
וואס זאלן די ערנסטע טוהן? זיי האבן נישט קיין וועג דאס אפצושטעלן
ה' אמונה, אז מזינדיגט אין רבי נחמן שלעפט ארויס ביי די פאות, איז אקעגין חזל און קעגין אלע ספרי יראה, איי רבי נחמן האט עפעס געזאגט דארפן קומען ערליכע משפיעם וואס זאלן מסביר זיין כוונת קדשו
שטארקע טענה! האלט זיך צו דעם!

נישט ארויסנעמען א ההחלטה איך וויל זינדיגען נאך און רוסלאנד און פון שאול תחתיות נא פראבלעם דאס איז אטקעגין די תורה סענדעלט צו די הינדאוי להבדיל וואס שניידען זייער האר פאר עבודה זרה אדער דער בעל פעור,
ו' איי וועסטו פרעגען ס'דא רבי'ס וואס פאדערען מאדענע זאכען פון זייער חסידים בחייהם , די ענטפער איז מאדען איז איין זאך, דא אבער איז, אזוי פיל זאכען נגד התורה דאס איז א צווייטע זאך, ועוד מאן יימר רבי נחמן האט דאס געפאדערט בכלל,
איך בין נישט באקאנט, אבער איך ווייס אז עס זענען דא ערנסטע מענטשן - דארונטער בכלל נישט קיין מתנגדי ברסלב און אפשר גאר חסידי ברסלב - וואס האלטן אז דער ענין פון פארן אהין לאחר פטירתו האט נישט קיין פאלעסליכע מקור אז ר' נחמן אליין האט דאס פארלאנגט, לדעתם האט ר' נתן געוואלט אז די - דענמאלטסדיגע קליינע - קבוצה זאל זיך וויטער האלטן צוזאמען, מילא האט ער דאס איינגעפירט, וזה היתה עיקר כוונתו נאר ער פלעגט כסדר נאכזאגען די מימרות וואס ר' נחמן פלעגט זאגן וועגן קומען בחייו, און שפעטער האבן דאס אנדערע משלב געווען. האלט זיך צו דעם טענה, אפשר וועט עפעס נתלבן ווערן דא אם כנים הדברים.
עס איז א מנהג פון צוואנציג יאר וואס גייט אריין מער און מער און שגעון, ווי תורה ויראה ואין כאן מקומו יותר להאריך, ווייל ווען מ'טראכט אמת'דיג אז דאס פשטות התורה מיט נארמאלקייט, ודרכי' דרכי נועם וכל נתבותי' שלום,
ז' יעצט וועל איך אויסרעכנען פאר לכל מאן דבעי למידע צדיקים פון דור האחרון נישט שונאים דייקא פון ברסלב וואס זאגען ווער עס פרעגט חס ושלום, פארען ראש השנה אויף אומאן ווי סקלוענער רבי זאל זיין געזינט וכדומה,
אבער זייערע מנהיגים הייסן יא פארן, נהרא נהרא
יצחק תהילים האט מיר פארציילט אז א אמאל איז געקימען א ברסלבר צום ריבניצער זי"ע און זיך איינגעבעטען אז ער זאל זאגען די צען קאפיטליך תיקון כללי דער ריבניצער האט אים מדחה געווען איינמאל צוויי מאל אזוי א סך מאל, איינמאל האט ער ממש משיגע געמאכט דער ריבניצער זי"ע האט ער זיך אויפגרעגט און געזאגט מ'האט ניט געהאלטן פון זיי ! גייען תיפשים צום ריבניצער'ס ציון און מ'זאגט תיקון הכללי, זענט איר נארמאל?
איך וואלט עס נישט געטוהן אלץ מנהג המקום (אויב דא איז ריבניץ וועל איך זיך פירן נוסח ריבניץ) אבער קיין טענה איז דאס נישט, מען דאווענט צום אויבערשטן בזכות דעם ריבניצער, נישט צום ריבניצער אליין, אויב איז תיקון הכללי accepted ביים רבוש"ע ספעציעל - עכ"פ לפי רבותיו של המתפלל - קומט נישט די טענה אריין
און להוי לידוע לכם, בימי רבי נחמן האבען רוב גדולי עולם תלמידי הבעשטה"ק מתנגד געווען צו דער גאנצער זאך, איז אזוי אויב זיי אלע האבען זיך טועה געווען, קען אויך זיין אז רבי נתן וכו' מיט מוטא פראנק האבען אויך געהאט א טעות,
בימי הבעש"ט ותלמידיו האבן רוב גדולי עולם זיך מתנגד געווען צו די גאנצע דרך החסידות וכו
און לאור זה גייט צוריק און בית המדרש ווי דיין טאטע און זיידע און זיך נישט נייע זאכען שלא שערום אבותינו און נעם ראש השנה מיט א כובד ראש זיי ממליך די באטשעפער לויף נישט קיין אומאן אדער דזעקבסאהן אדער קערסטיר טהו וואס מהאט אייביג געטון זאג תהילים געב צדקה און דאווען ערליך און מחזיר וועט די בוכ"ע אייך אלע פארשרייבען א גיט גבענטשט יאר
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1919 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:20 pm

אמונה איז נאך די שוואכסטע קושיא

קיינער האלט נישט אז מ'גייט זיך אפזינדיגן 70 יאר בכל יום און ר' נחמן גייט ארויסשלעפן מיט די פאות

דעס אויסשטעלן אזוי איז פערדעריי קיינער רעדט ניט פון קיין לכתחלה דא דעס איז אויפגעבלאזענע זאכן פון קרומע מענטשן

מען קען עס אנקוקן אויף אסאך וועגן די באדעם ליין ער האט צוגעזאגט אז ער וועט טון אלעס אז זיינע מענטשן זאלן ארויסקומען זכאי בדין וכדאי היא הצדיק לסמוך עליו

ווער האט דיך געהייסן זיך איינרעדן אז ר' נחמן גייט זיך אננעמען פאר זינדיגע בזדון

זייער פאלש דעס אזוי אפצולערנען
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1144 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:09 pm

עמעזאן האט געשריבן:ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט היינט געפלאצט די נייעס אז הצדיק ר' יעקב מאיר וואס איז שוין פאר 30 יאר! נישט געווען אין אומאן איז אין פלאן צו זיין ראש השנה הבעל''ט אין אומאן! פארשטייט זיך אויב עס וועט נישט זיין ''מניעות''.

ר' יעקב מאיר איז בסך הכל געווען נאר איין מאל אין זיין לעבן אין אומאן, ר''ח ניסן שנת תשמ''ח 30 יאר צוריק, ווען יס איז מאך געווען די קומוניסטן און מען איז געפארן מיט מסירות נפש.

א גליק, יעצט קאן מען שוין שלאפען רואיג
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:20 pm

גאנצל האט געשריבן:אמונה איז נאך די שוואכסטע קושיא

קיינער האלט נישט אז מ'גייט זיך אפזינדיגן 70 יאר בכל יום און ר' נחמן גייט ארויסשלעפן מיט די פאות

דעס אויסשטעלן אזוי איז פערדעריי קיינער רעדט ניט פון קיין לכתחלה דא דעס איז אויפגעבלאזענע זאכן פון קרומע מענטשן

מען קען עס אנקוקן אויף אסאך וועגן די באדעם ליין ער האט צוגעזאגט אז ער וועט טון אלעס אז זיינע מענטשן זאלן ארויסקומען זכאי בדין וכדאי היא הצדיק לסמוך עליו

ווער האט דיך געהייסן זיך איינרעדן אז ר' נחמן גייט זיך אננעמען פאר זינדיגע בזדון

זייער פאלש דעס אזוי אפצולערנען

קיינער האלט נישט? זיי דרוקן דאס אויף אלע צעטלעך און פאמפלעטן מיט א פשטות, פארוואס דען מיינסטו איז דאס אזא משיכה פאר די נידריגע עלעמענטן? פארוואס זעהט מען ווי אלע נידריגע ברואים בלייבן נידריג אבער לאזן זיך וואקסן לאנגע פיאות?
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1919 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:24 pm

To show I am a breaslover
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:39 pm

ריכטיג האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:אמונה איז נאך די שוואכסטע קושיא

קיינער האלט נישט אז מ'גייט זיך אפזינדיגן 70 יאר בכל יום און ר' נחמן גייט ארויסשלעפן מיט די פאות

דעס אויסשטעלן אזוי איז פערדעריי קיינער רעדט ניט פון קיין לכתחלה דא דעס איז אויפגעבלאזענע זאכן פון קרומע מענטשן

מען קען עס אנקוקן אויף אסאך וועגן די באדעם ליין ער האט צוגעזאגט אז ער וועט טון אלעס אז זיינע מענטשן זאלן ארויסקומען זכאי בדין וכדאי היא הצדיק לסמוך עליו

ווער האט דיך געהייסן זיך איינרעדן אז ר' נחמן גייט זיך אננעמען פאר זינדיגע בזדון

זייער פאלש דעס אזוי אפצולערנען

קיינער האלט נישט? זיי דרוקן דאס אויף אלע צעטלעך און פאמפלעטן מיט א פשטות, פארוואס דען מיינסטו איז דאס אזא משיכה פאר די נידריגע עלעמענטן? פארוואס זעהט מען ווי אלע נידריגע ברואים בלייבן נידריג אבער לאזן זיך וואקסן לאנגע פיאות?

ס'איז דא געוויסע בעלי עבירה וואס כאפן זיך צו דערצו זיי פילן זיך בעסער צו זיין נבל ברשות התורה נו זיי לעבן אין א טעות און ס'וועט זיי גארנישט העלפן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1144 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:42 pm

סליחה, דאס איז געדרוקט געווארן אויף פאמפלעטן מיט א פשטות דורך א.ג. נארמאלע ערנסטע מענטשן, און ווערט געהעריג געזינגען דורך הרב יואל ראטה וכו' וכו', זיי נעמען דאס אלע ערנסט.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1919 מאל

הודעהדורך Ben-Shishim » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:53 pm

אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:23 pm
האט שוין געלייקט: 692 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:57 pm

א לינק צום נגון וואס הרב יואל ראטה לאמיר גיין זינדיגן מיט זונות און נאכדעם גיין צו אומאן

וואלט זעהר רעמאנטיש געווען די נגון
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1144 מאל

Re: ברעקינג: הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער אין אומאן אויף ראש הש

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:10 pm

ברסלב איז טאקע אזוי ווייט פון די אלגעמיינע פארטיי חסידות, אזש ס׳איז אוממעגליך פאר א פארטיי מענטש צו פארשטייען. דאס אז ס׳איז דא פיהל פושעים דארט (טאמער ס׳איז אמת) איז בכלל נישט נייטיג. ערליכע מענטשען פיהרען זיך אויף ערליך און נידריגע מענטשען פיהרען זיך אויף נידריג. די שאלה איז צו איינער פאלט דארט. ברענג איינער וואס ווען ער בלייבט אין ברוקלין דאווענט ער אדער פיהרט ער זיך אויף בעסער ווי ווען ער גייט דארט. נאר די זעלבע מענטש, נישט גברא אגברא. ברסלב איז נישט קיין פאראייניגטע זאך אז מ׳זאל קענען עפעס ברענגען א ראיה פון איין מענטש אויפ׳ן צווייטען.

כאמור, איך זעי נישט קיין שום סבה צו פארען, און די גאות׳דיגע נוסח פון די אומן פרעדיגערס, כאילו דער וטאס גייט נישט האט זיכער געזינדיגט, עקעלט מיר ביז גאר. אבער ביטע זיך האלטען אין די ראמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:39 pm

כבוד ריכטיג גאנצעל דיפף וכל שאר חניכא דאית להו, איך רעד נישט צו אזא איינער וואס אזי שוין א ברסלבר, ער איז אדער אין דער כלל אדער, פון נעבאך א ברסלבר, אדער נהרי נהרי פשטי', ווי אזוי איר ווילט, איך האב נישט פיל וואס צו מעורר זיין נאך, איך וועל נאר שטעלן נאך קלארער מיין אלטע שטעלונג,
א' די ערשטע זאך וויל איך מסביר זיין וואס איז די חילוק פון ברסלב צו דרך הבעשטה"ק, כהיום יום האט די גאנצע וועלט ובתוכם ליטוואק פון בודאפעסט און אפי' דער ספר הגאון מסכים אז דער בעל שם ודרכו איז נישט קיין שבתאות, און די מחלוקה אקעגין בעשטה"ק איז געווען א טעות מיט אמת'ע כוונות לשם שמים, די בריסקע מיט אלע היינטיגע ליטאים ווייסן דער אמת לאמיתו ואין כאן מקומו להאריך,
בנוגע ברסלב, רוב חסידישע וועלט מיין איך חסידי טשערנאביל, חבד, קארלין, סלאנים, רוזשין, וויזשניץ, בעלזא, אדער פוילישע חסידים ווי גור וכו' ווייסען נישט ווי אזוי מגדיר זיין דרכו של רבי נחמן זי"ע, צווישען דרך לא טוב, אדער אונז לערנין נישט די ספרים, סכנה צו לערנין, עפעס אינצווישען, אפי' סאטמאר רבינו יואל וואס האט גלערינט און געפילוועט ספרי רבי נחמן ותלמידו רבי נתן, האט נישט געוואלט הערן און געדענקען אז סאטמארע בחורים ואברכים לערנין די ספרים אזוי ווי זיי האבען נישט געוואלט מזאל זיך קאכען און ספרי חב"ד כידוע ווייל מ'האט געהאלטן אז ס'איז תורת אמת אבער למיחש מיבעי אז מ'לערינט נישט ריכטיג מי יודע וואס וועט ווערן פון די השקפות ווי מ'קען אנקימען,
די התנגדות קיין ברסלב לא נשתנה,
איי וועט איר פרעגען וואס איז די התנגדות, ווער ווייסט וואס איז שלעכט מיט ברסלב, הצדיק רבי יעקב מאיר איז דאך אזוי גרויס, אמת ויציב ונכון רבי יעקב מאיר איז א קדוש ד' בלי ספק, און נאך צענדליגע משפיעים זענען געווען און יבלחט"א זענען בעלי מסירות נפש מיט כוונת לשם שמים, קיינער דינגט זיך נישט, אבער פיל גרעסערע צדיקים ובעלי מסירת נפש פון זיי בכל דור ודור האבען געזאגט זיי האבען געמאכט א טעות, ס'נישט חס ושלום סטרא אחרא אבער ס'נישט דער דרך האמיתי שיבור לו האדם, מיר קענעןנישט און ווייסען נישט האמת עם מי כאטש יעדר זעהט און שמעקט,
אבער די התנהגות וואס קומט למעשה ארויס דורך די גאנצע ברסלבע באוועגינק פון ערוש ביז שיק, ברלנד, וכו' זעהט זיך ארויס א דרך עקלתון, נישט די דרך המקובל , וואס אויף דעם וואלט רבינו הק' מסאטמאר אויכעט נישט מסכים געווען בשום פנים ואופן, און גיין אויף א פלאץ וואס רובו ככולו האט שלעכטס פסלט אויך די שיינע די ריינע חלק, ווייל חז"ל לערנין אונז ווי אזוי מ'מאכט גדרים וסייגים אויף גיטע זאכען מען זאל נישט דרוכפאלען צו שלעכטע זאכען,
רוב ברסלב איז געכאפט און הארבע מחשבת מיניות וכופרות בנוגע יסודות הדת, מ'חברט זיך נישט מיט זיי! איי רבי יעקב מאיר טאקע נישט , אמת אבער ער איז א מיעוט קטון נגד ברסלב, אידען וואס גייען קענען ווערען שנעלער פארכאפט אין ציונות ווי גיין צום כותל המערבי, נתפעל ווערען פון הרב קלוגער אדער המהרא"ש שיק, קיק דער הרב שיק וואס איז א סאטמאר תלמיד האט למען הביזנעס שלו געהייסען וועלן בחירות, ווי אזוי איז דאס געשעהן? ווייל איין עבירה ברענגט א צווייטע עבירה! גיין צו הרב קלוגער מיינט מחשיב זיין רבי מנחם מענדיל מחב"ד וואס דאס מיינט מחשיב זיין די מדינה!
יעצט וועט איר מיר אוודאי חושד זיין פאר א סאטמרע, ניין איך בין נישט! איך ברענג דאס אלטץ משל פאר א סאטמרער זאל פארשטיין ווי אזוי ער קען דאס פארשטיין, ווייטער א גורער וועלך איך פארציילען די זנות דארט, און אטאמאטיש אז מפארט איז מען א חלק פון די זנות אפראט אדער א חוטא אדער א נחטא אדער א מחטיא, מאיז גורם אויף א צוווייטען ואכמ"ל ליידער ליידער, סוף דבר, א חברותא וואס איז שעדליך טיילט זיך נישט! גיין קיין אומאן איז א חלק פון דער אומאן געפארעכץ, איי איך בין שטארק מיט מיר, ניין די וועסט אנהויבען פארענטפרען אלע שיגנאען וואס דארט גייט פאר, ווייל די מיזט מצדיק זיין אומאן,
די גאנצע מקור הינקעט אינטער און אקעגין די פראבלעמען במחשבה ודיבור ומעשה איז יצא שכרו בהפשדו רבי נחמן שרייט צו אייך בלייבטס אינדערהיים דאווענט אין פאפא אעדר אין שאפראן און מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט