א פייער אין בארא פארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
המכריע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

א פייער אין בארא פארק

שליחה דורך המכריע »

פון גבריאל, צו אידשער ווינקל


העלישע פייער ברעכט אויס אין אן אפארטמענט געביידע אין בארא פארק.

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן היינט פארטאגס, הארט בעפאר 5:00 אזייגער אין בארא פארק אין א 4 שטאקיגע געביידע.
די 3 אלארם פייער האט אויסגעבראכן אויף די צווייטע שטאק אויף 49-סטע סטריט און זיך נאכדעם ארויפגעצויגן צו די העכערע שטאקן.
די פייער דעפארטמענט גלייבט אז די פייער האט אנגעהויבן צו ברענען נאך פאר די מענטשן אין די געביידע האבן געוואוסט דערפון, וואס האט געמאכט די מינוטן קריטיש צו אנטלויפן.

"עס זענען געווען מענטשן וואס האבן אונז אהיים גערופן" דערציילן איינוואוינער, "עס געווען מענטשן וואס האבן געקלינגען די בעל און איבערגעגעבן אז עס ברענט א פייער, מיר האבן געכאפט די קינדער און וואס מיר האבן געקענט און מיר זענען ארויסגעלאפן פונעם בנין."
די רויעך איז געווען אזוי געדעכט אז 9 מענטשן זענען ארויפגעלאפן אויבן אויפן דאך, זיך צו באשיצן פון דעם נעפל.
די צווייטע שטאק וואו די אויספארשער'ס גלייבן אז די פייער האט זיך אנגעפאנגען, איז א פרוי געבליבן פארכאפט צווישן שענק און אנדערע חפצים.
ס'איז נישט געווען קיין וועג איר ארויסצוזען פון די געביידע, דערציילט פאליציי טשיף פעטרוס לילי, די פייער ארבייטער אויפן דאך האבן געהערט די רוף אבער זיי זענען נישט געווען ביכולת עפעס צו טוען דערוועגן.
די פייערלעשער וואס האבן זיך געפונען אויפן דאך האבן אריינגערופן די טיעם וואס האט זיך געפונען אויף די נידריגערע שטאקן, און גערופן פאר הילף, און די פייער דעפארטמענט איז אריינגעגאנגען צווישן די העלישע פלאמען איר צו ראטעווען, אבער מען האט איר געפונען אן קיין באוואוסטזיין.
זי איז אין איילעניש אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע וואונדן.

כלל ישראל איז מתפלל לרפואת דניאלה אהובה בת מרים
9 אנדערע וואס האבן זיך געפונען אין די געביידע בשעת די פייער, האבן געליטן פון לייכטערע וואונדן.
130 פייער ארבייטער האבן רעספאנדעט צו דעם פייער, און 4 פון זיי זענען אפגעקומען מיט לייכטערע וואונדן.
די פייער איז אונטער אינוועסטיגעשאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום המכריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלכה כדברי "המכריע"

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר