א בליק אין די גדולי ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

א בליק אין די גדולי ישראל

שליחה דורך ימים ידברו »

כ'האב אמאל געהערט א אינטערסאנטע באמערקונג, די אלע ספרי תולדות פון גדולי הדור וואס לעבען שוין נישט מאכען א פאטאלען טעות, זיי שרייבען נאר וואס גלאנצט, זיי שרייבען נישט קיין דורכפעלער, אדער מיטמאכניש, וואס קען פיל מער ווייזען ווער איז דער גדול געווען ווי חזל לערנין אונז אדם ניכר בכיסו בכעסו ובכוסו ווי אזוי האט ער געהאנדעלט א סיטשיועשיאן, מ'מיינט טאמער ס'וועט ארויסקימען א דורכפאל, וועט דאס מיינען ער איז נישט געווען קיין שלום, ליידער איז נישטא שלימות, אפי' ביי א גדול, אבער ווי שיין איז צו זעהן א מענטש וואס איז 90 פראצענט שלום, פארוואס טאר מען נישט לערינן ווי אזוי איז ער דורוכגעפאלען ביי א ענין, חס ושלום צו רעדען לשון הרע, וואס איז איז אסור, אבער א מציאות, למשל ער האט געהאט א שווערע שלום בית רק לדוגמא, נישט רעדען זאכען וואס קיינער ווייסט נישט, יעדער ווייסט מ'בהאלט דאס, פארוואס? קיינער איז דאך נישט דא שילדיג, אבער ער האט זיך אוויפגעפירט אידיש מיט ריינע מידות, ווי שיין איז דאס, למשל א גדול וואס איז בטבע געווען א כעסן און ער האט זיך גובר געווען דאס איז די שענסטע ואוס א מענטש קען צוקימען,
איך וועל ברענגען א אמת'ע משל, דער אמישנאווער רבי רבי איציקעל פון בארא פארק זי"ע איז געווען וואס אינזערע אוטיגען האבען געזעהן א ראויגער פרייליכער נאטיר, ער אליינס האט געזאגט בטבעו איז ער געווען אזא כעסן און ער האט זיך אויסגעארבעט אויף מקבל זיין אלעס באהבה ובמנוחה, לדעתי איז דאס זייער שיין און פיל שענער ווי שיין,
איך בין געווען ווען מ'האט זיך געשטיפט חנוכה און די מנורה האט זיך איבערגעדרייט מיטען די האלבע שעה, א טאג שפעטער איידער די צינדען האט ער געזאגט נעכטן האט מען זיך געשטיפט און די מנורה האט זיך איבערגעקערט דעריבער בעט ער מ'זאל זיך נישט שטיפען, וכאשר כילה לדבר, האט ער געצינדען די מנורה און באם משטיפט זיך און מפאלט די צווייטע טאג און א ציה ארויף אויף די מנורה, און ער שמייכעלט מיט א ראויגע זיסע שמייכעל כאולי לא הי' עוד חזון למועד צו שילדערען מעשיות פון אמתע גדולי ישראל ז"ל ולאיט"א וואס האבען גהאנדעלט א מצב ווי א ערליכער איד חס ושלום צו ברענגען מעשיות וואס ברענגט ארויס די פארקערטע

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר