מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

הודעהדורך איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 10:58 am

נ''ר שרייט געוואלד אז יעדער מלמד, יעדער מנהל, יעדער חסיד, יעדער מקוה גייער, יעדער רב, יעדער רבי, יעדער דיין, יעדער ארבייטס געבער, און בעיקר יעדער מעמבער פון א קהילה וואס האט עהם ארויס געווארפן (וואס דאס איז בעיסיקלי אלע קהילות) איז א פעדאפייל, יעדער איז א שיגץ, יעדער טיט מיט קינדער און מיידלעך מעשים אשר לא יעשו, יעדער חסידישער בחור האט שוין געזינדיגט מיט מיידלעך, יעדער איז פארדארבן, נאר ער איז געבוירן געווארן אכט געבן און מוסר זאגן פאר די וועלט, און לפי שיטתו קען מען נאר מוסר זאגן מיט רעדן מנוולות, ווייל אנדערשט פארשטייט קיינער נישט, לויט עהם דארף מען ארויס זאגן ברחל בתך הקטנה פון וואס מען רעדט, שטעלט זיך עטליכע פראגעס:
1- האט דיך אמאל געטאשט א מלמד/מנהל אין חדר?
2- האט דיך אמאל אלץ יונגל געטאשט א חתונה געהאטער איד אין די מקוה?
3- האט מאלעסטעישאן ערייכט עפידעמיק לעוועל, אדער איז דאס א יוצא מן הכלל ווי אלץ געווען?
4- קענסטו עמעצן וואס איז א מאלעסטער וואס דו ווייסט 100% נישט נאר מפי השמיעה?
5- קענסטו עמעצן וואס איז געווארן מאלעסטעט?
6- איז נ''ר א ערליכער אדער א פאלנער מנוול?
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:22 am

פון וואנעט ווייסט מען וואס איז אלץ געווען?

איך בין נישט געגאנגען אין מקוה אלס קינד צו בחור, און אפילו יעצט גיי איך נאר ערב יו"ט און טבילת עזרא. מיין קינדער גיי איך צוריק האלטען ערב יו"ט ביז ווילאנג איך קען. אבער געהערט פון אנדערע אז טאטשען אין מקוה איז בכלל נישט קיין זעלטענע ערשיינונג. פולקאמע מאלעסטעישען האב איך נישט געהערט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:40 am

שמעתי וסיפרתי מאחורי הפרגוד. עיי"ש ותמצא נחת.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 710
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1735 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 755 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:40 am

דאס וואס נ"ר שרייט איז נישט ווייל ער איז מניוול, און נישט ווייל ער איז גערעכט, רוב רובם פון אונזערע מלמדים זענען ערליך (געזונט) רוב קהילה מעמבערס זענען געזונט, רוב מקווה גייערס האבן ניטאמאל קיין צייט צו באאבאכטן וואס ער טוט זיך אינ'ם גאנצן ארום, אידישע קינדער זענען וואויל, און ווילן זיין וואויל, אידן רייסן זיך, און מיט די אלע שווערע נסיונות וואס דער איין און צוואנציגסטען צענטערי האט מיט זיך מיטגעבראכט, זיכן זיי, מי כעמך ישראל

אבער! א גרויסע אבער עס זענען ליידער דא געציילטע רוצחים עס איז נישט מוכרח אז דער רוצח גייט מיט א לאנגע ווייסע בארד און עס איז נישט מוכרח אז ער גייט געטרימט אדער געשעיווד

ליידער איז עס דא, און היות עס איז א שווערע ארבעט עס פעסטצושטעלן, סיי ווער זיי זענען, און סיי די ווארהייט פונ'ם ווערסיע פונ'ם קינד'ס מעשה, און סיי דאס שטילשווייגעניש וואס קינדער האלטן אין זיך לעבענסלענגליך ווען עס קומט צו די ענינים, וועגען דעם זיצן רוצחים אויף די פריי

ווען א מערדער לויפט ארויס פון תפיסה, און מען ווייסט ער דרייט זיך מיט א אנגעלאדענטע ביקס און ער דרייט זיך אין איינע פון אונזערע בעק יארד'ס איז א פאניק אינ'ם גאנצן שטאט, איי איז דעם דא 20 טויזענט רוצחים? ניין! איין מערדער! וואס מען ווייסט נישט ווי ער געפינט זיך און דאס שאפט א פאניק ווייל דער איין באוואפענטער איז עלול אומציברענגן הונדערטער און טויזענטער.

לענינינו! אפילו עס זאל נאר זיין 1 מלמד 1 טיטשער 1 בחור 1 מקווה גייער 1 קהילה מיטגליד וואס זאל ליידן אויף מחלת מאלעסטעשין און ער זאל זיך ארומדרייען אויף די פריי, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער מיר זענען אין א סכנה, מיר לעבן אין פאניק, יעדעס מאל אונזער זוהן/טאכטער גייט ארויס פון שטוב, אפשר איז ער דער וואס דער איין רוצח גייט היינט הרג'ענען

איז שרייען דארף מען שרייען אפילו עס איז נאר איין רוצח כ"ש וק"ו ווען עס איז ליידער מער רוצחים

די פראבלעם מיט נר איז אז ער איז אומסטאביל, און ער פירט זיין מערכה שלא על פי תורה, מכמה וכמה סיבות, און למעשה די שולדיגע בלייבן אויף די פריי, און זייער סאך אומשולדיגע זיצן אונטער גראטעס לכבוד זיין שטורעם

וואס די עצה איז יא ווייס איך נישט, אבער עס זענען זיכער דא קלוגע אידן וואס אויב זיי ווילן קענען זיי טרעפן דער עצה

א שטייגער ווי דער ראש ישיבה ר' יואל ראטה שליט"א וואס לערנט זיינע בחורים און קינדער וואס מען דארף טון מיט א מניוול א רוצח, און ווי אזוי מען בא'האנדעלט אזא איינעם

אבער ליידער איז ער א יחיד און אזוי ווי מען וויל איהם נישט הערן, וועלן מיר מוזן ליידן פון ביידע סיי פונ'ם רוצח וואס דרייט זיך אויף דער פריי און סיי פונ'ם אונסטאבילער וואס האט געעפענט די טיר פאר יעדע מיינע"ר טיענעידזשער וואס האט א קאנפליקט מיט א צווייטן איהם צו באגראבן על לא דבר

והנראה בעיני כתבתי
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:54 am

איינציג: ייש"כ. דו האסט דא אויפגעברענגט זייער וויכטיגע נקודות וואס מ'דארף אלץ פרעגן (רעטאריש) איבער נחום. נאר ס'איז דא א מער פונדאמענטאלע שאלה וואס דער עולם, מכח איזו סיבה שהיא האט פארפעלט צו פרעגן די אלע יארן....נחום. ווער ביסטו דער וואס האטציך געשטעלט אלס שעריף און אפוטרופוס לעריות. און ער זעהט אין א יעדן מענטש און אין א יעדן ווינקל א פאטענציאלן אדער אקטואלן מאלעסטער.

לאמיר נאר א ביסל א בליק געבן איבער וויאזוי דער פארשוין האט פארברענגט זיין לעבן פון ווען ר'איז געווען א יונגערמאן. אין די פריים יארן פון זיין לעבן ווען זיינע הארמאנען האבן די שטערקסטע געארבעט. ר'איז ארום געפארן איבער די גאנצע וועלט, ווי אמעריקע , מערב אייראפע, ארץ ישראל און רוסלאנד/אוקריינא. ממש קיינמאל נישט געווען נאנט צו זיין ווייב און משפחה. אין די בעסטע יארן פון זיין יונגן לעבן. יא. זיין קאווער סטארי איז אז ר'איז ארומגעפארן איבער די וועלט אהערשטעללן און פאררעכטן מקואות. איז פארדעם איז ער אפגעזיצן יארן אין אוקריינא/רוסלאנד. און אין פלארידא און ארץ ישראל...איך וועל פרעגן בלשון המעטה ובלשון נקייה..."מהיכן ירק זה חי"...ער זאלל אונז נישט קומען און פארציילן באבע מעשיות אז ער איז א מלאך אלוקים און ער האט נישט די נארמאלע באדערפענישן וואס א נארמאלער מענטש האט...אלא מאי....! נו, פיהר אויס...א יעדער ווייסט די מסקנא. און אזוי ווי איינציג האט אונטערגעשטראכן אז דער מעטאד מיט וואס ער קאנטראלירט און זאגט מוסר פאר'ן עולם איז געהעריג ניבול פה פון דעם העכסטן גראד...!

ס'לויפן ארום שמועות אז זיין ווייב, חוץ אלע אנדערע איבלען און צרות וואס זי איז אדורך מיט איהם האט זי פשוט נישט געהאט א דאללער מיט וואס איינצוקויפן אין גראסערי. מ'רעדט שוין אפילו נישט וועגן צאללן שכר לימוד פאר זיינע קינדער אין ת"ת און אין סקול...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14039
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9142 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 12:12 pm

נחום ראזענבערג איז נישט א מנוול און נישט א ערליכער. ער איז אביסעל משוגע. שרייט ארויס אויף א טעמע וואס דארף א תיקון און ער נעמט עס און טרייבט עס אויף גאר שטארק מיט אינפארמאציע וואס איז נישט בדיוק, און ער שרעקט זיך נישט אונטעררייסען רבנים און עסקנים רביס ראש ישיבות, באמת שטארקע מענטשען, און די איינציגסטע סיבה פארוואס ער קען עס טוהן איז ווייל ער איז משוגע.

ב.ד.וו. ר' בערעל'ס טענה אויף נחום אז ער איז נישט געוועהן אינדערהיים איז שלא ממין הטענה, ווייל לאז זיין אז ער האט זיך געלאזט וואויל גיין פין באצאלטע זונות וכדומה האט עס גארנישט מיט מאנס זיין יונגע קינדער.

אבער עס איז זיכער אז מאלעסטעישען איז א זאך וואס איז דא, ווייל אונז זענען מיר אלע מענטשען בשר ודם, און ל"ע איז דער תאווה מצוי אז איינס פין כך וכך מענטשען האבען דער תאווה, און אפאר פין די מענטשען זענען פין דער סארט וואס זענען נישט קיין בעלי רחמנות, ממילא וועלען זיי ל"ע טוהן דאס ארגסטע מיט אונזערע קינדער.

פארשטייט זיך אבער אז אפילו ווען עס געשעהט, איז אייביג גרינגער מכחיש צו זיין דער מעשה, און זאגען להד"ם, ווייל צו דילען מיט דער אמת, און פטור ווערען א מלמד איז שווער, בפרט ווען ער איז א מלמד צו א מנהל פאר יארען (מאנרא יוכיח, ווען א ווידיא איז ארויס אז א מנהל האט געהאלטען א אינגעל צווישען די פיס, וואס דאס איז זיכער נישט אויסגעהאלטען, האבען מענטשען געזאגט אז עס איז אקעי, ער האט אהבה וכו') און עס איז אסאך גרינגער אנצוגיין מיט דער מהלך ווי איידער פטור צו ווערען און טוהן וואס מען ברויך.

און דאס איז לאו דוקא א אידישער קרענק, די אלע לעצטיגע באשולדיגונגען וואס די פרויען אין די גאס לייגען אהן אויף באקאנטע מידיא הויפטען און קאנגרעס לייט וואס מען הערט וואס האט זיך אלץ אנגעטוהן און וויפיל מען האט פארשוויגען, ווייזט אז איבעראל איז די זעלבע.

אבער, צו לייקענען און זאגען אז ביי אונז איז דאס נישטא, איז לייכטזיניג און סטופיד, אוודאי איז עס דא, און אהן האלטען א עינא פקיחא און האלטען מענטשען פאראנטווארטליך איז א סכנה פאר אונזערע קינדער (און ר' בערל'ס) אייניקלעך זיך צו דרייען צווישען די געזעלשאפט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2678
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 12:23 pm

פאר אלעם איז די וויכטיגסטע ארויס צו ברענגען אז מאלעסטעישן מיט נר האבן נישט קיין שייכות

עס איז נישט היינו הך ס'קען זיין אז נר איז נישט גערכט אבער מאלעסטעישן איז דא

בעיקר מ'קען נישט אפווענדן מאלעסטעישן פראבלעם מיט אוועק מאכן נר עס איז נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג צווישן די צוויי

דאס איז זיכער 1 פון 5 קינדער ווערן מאלעסטעט איז שקרים

יעדע מלמד איז א מאלעסטער איז שקר

און אזוי ווייטער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:04 pm

אישתישבי: ייש"כ. ווען איך האב ארויסגעהויבן דעם פאקט אז נחום ראזנבערג האט פארברענגט זיינע יונגע יארן אוועק פון זיין ווייב און קינדער, האביך נאר געמיינט ארויסצוברענגען דעם פאקט אז ער האלט זיך אלס א מאראליש העכערער מענטש ווי א יעדער. און אזוי האט ער א רעכט צו רעדן און באשמוצן און באשולדיגן א יעדן איינעם מיט וועם ער האט אפשר אמאל געהאט א מיינונגס פארשידנהייט.

דאס מיינט אבער נישט צו מינימיזירן אדער אוועקמאכן די ערנסטקייט פון דעם עקזיסטירנדן פראבלעם פון מאלעסטעישן פון קינדער דורך דערוואקסענע. דא עקא. דאס איז דער פראבלעם. ווייל דאס איז זייער אן ערנסטע טעמע וואס דארף זיכער א שטארקן תיקון. און ער (נ"ר) מאכט די גאנצע זאך ביליג כאילו דאס וואלט געווען א פערזענליכער פייט צווישן איהם מיט אנדערע, געוויסע פיהרנדע פערזענליכקייטן ווי רבנים און ראשי קהילות...! און כ"ש וק"ו אזוי ווי איינציג האט געשריבן אז ער באנוצט זיך זייער שטארק מיט ניוול פה און מנוולות. ס'איז בבחינת ווי די גמ' זאגט אז מ'זאגט פאר א שליח..."לתקוני שדרתיך, ולא לעוותי"...איך האב דיך געשיקט צו פארריכטן (א געוויסן מצב) און צום סוף האסטו עס גאר פארדארבן. געמאכט נאך ערגער...!

את חטאי אני מזכיר. איך האב אמאל געהאט א יצר הרע צו ליינען זיין בלאג. אלס נייגעריגקייט. אבער ס'איז געקומען צו א געוויסע נקודה וואס איך האב מיך אזוי שטארק פארעקלט פון דעם מנוול אז איך קוק עס שוין אפילו נישט אן ב"ה מער פון א יאר...! ווען ער האט געשריבן אויף א צדיק אמת וואס איז שוין נפטר געווארן, זייער א מיאוסן, מנוולות'דיגן אויסדרוק. האביך געזאגט אז ס'קען נישט זיין אז דער בריאה איז דא עפעס מתקן צו זיין. ער איז פשוט און פראסט א מנוול...פוי...!

היוצא לנו מכל זה: ס'וואלט זיך געדארפט שאפן א קאמיטע פון ערנסטע מענטשן וועלכע זאללן אויפקומען מיט עפעס אן אמת'דיגן, נוצליכן פראגראם וויאזוי צו פארהיטן די אומשולדיגע קינדער'לעך פון די שעדליכע ברואים וואס דרייען זיך ארום צווישן אונז. און אויך צו מאכן א ליסט פון די אלע געפערליכע, שעדליכע און קראנקע ברואים אז זיי זאללן קיימאל נישט קענען האבן א פאזיציע אדער דזשאב וואס נעמט אריין צו ארבעטן מיט קינדער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14039
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9142 מאל

הודעהדורך איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:07 pm

יעדער איז מודה אז עס איז דא א פראבלעם, און מען הענדעלט דאס דאס בעסטע וואס מען קען, אבער דער נ''ר איז נישט א בעל מגזם, ער איז מלא שקר, ער באקומט סאטיספעקשאן פון רעדן מנוולות, גלייבטס מיר, קיינער רופט עם נישט, קיינער קאלט עם נישט, ביי עם איז אמת און שקר היינו הך, ער ריקט זיך אריין אין יעדן גארביטש, ווען ס'איז דא עפעס א פראבלעם, ווערט ער גלייך דער פאן טרעגער, ביי יעדן אומגליק רח''ל שטיפט ער גלייך אריין מאלעסטעישאן, נישט ער סאלווט דעם פראבלעם נאר ער איז דער פראבלעם, ער פירט רח''ל אראפ אידישע קינדער פון וועג, זיי הערן זיך צו צו די מנוולות, ומה יעשה הבן שלא יחטא, דער נ''ר איז דורך געפוילט דורך און דורך, ער איז מסוכן פאר יעדן און דעריבער האט מען עהם געווארפן פון אלע קהילות, ממש פון אלע, ער האט נישט קיין דריסת הרגל אין ערגעץ, און דעריבער איז יעדער א שיגץ, דער סקולענער רבי, מונקאטשער רבי, סקווערער רבי, וויזניץ'ער רבי ובניו, און איך רעדט שוין נישט פון ביידע סאטמאר, מיט זייערע רבנים ודיינים, יעדער אן א אויסנאם איז פארדארבן, נאר ער נ''ר איז א צדיק גמור,

טשעפען מיט קינדער איז א עוון פלילי, און ווער עס טיט דאס נאכאמאל און נאכאמאל און לאזט זיך נישט העלפן דארף מען נישט און מען טאר עהם נישט שוינען, און סאסייעטי דארף זיכער מאכן אז HE DOSE'N"T GET AWAY UN-PUNISHED, פון די אנדערע זייט, איז פונקט אזוי ביטער ווען איינער ווערט באשטראפט על לא עוול בכפו, און ליידער טרעפט זיך דאס גאנץ אפט, א אפגעפארן בחור אדער מיידל זיכט אלץ נקמה און צו לייגן דעם שולד אויפן מלמד אדער אויפן מנהל, אדער טיטשער/מנהלת, און די גרינגסטע זאך איז צו שרייען ער/זי האט מיך געטשעפעט, איי וויאזוי קען דער באטראפענדער איבערצייגן אז ס'איז שקר, ס'איז א בלויזער עלילת דם, ער קען נישט, און THE DAMMAGE IS DONE, דאס צוברעכט דעם באטרעפענדער דאס צוברעכט זיין/איר משפחה, און מען שטייט מאכטלוז און מען האט אפילו מורא זיך אנעמען פאר זיי ווייל וויל זיך אסאשיעיטען מיט א מאלעסטער. ווען א מאלעסטער וואס האט באמת געטשעפעט קינדער דרייט זיך ארום אומבאשטראפט איז זייער ביטער, אבער ווען איינער ווערט באשטראפט בחינם על לא עוול בכפו, איז פונקט אזוי ביטער און נאך אפשר מער,

אין ארץ ישראל איז יעצט פרייגעשפראכן געווארן א מנהל אדער ראש ישיבה וואס מען האט עם באשולדיגט אין די זאכן, ער האט פארלוירן זיין פרנסה, ער איז געזעצן אין תפיסה און געווען ללעג ולקלס ביי זיינע נאנטע ידידים ער האט יעדן פארלוירן, עס האט געדוירט איבער א יאר ביז מען האט אנגעהויבן צו זעהן סתירות און שקרים ביי זיין אקיוזער און מען עהם פריי געשפראכן, אבער ער שרייט אז די דעמעדזש איז דון, עס זענען נאך דא אזעלעכע וואס טענה'ען אז ס'איז יא אמת, נאר מען האט עהם פריי געשפראכן ווייל עס איז נישטא געניג עווידענס, דער איד איז א פארלוירענער, זיין לעבן איז פארלוירן, און ער קען נישט צוריק ריקן דעם זייגער, כאטשיג למעשה איז ער א בר מזל אז דער אקיוזער האט זיך סותר געווען, ווייל וואס וואלט געשען אויב וואלט ער (צו זי) געווען א פאכמאנישער ליגנער און זיך נישט סותר געווען, וואלט ער באקומען א 30 יאר תפיסה.

נ''ר טאר מען נישט גלייבן קיין ווארט, זיינע נומבערס איז מלא שקר, לויט עהם זענעם 80% מלמדים מאלעסטערס, (איך מיין אז כהיום שרייט ער שוין אז 100% פון זיי זענען מאלעסטערס), איך האב געהאט במשך מיינע קינדערישע און בחורישע יארן אריבער 20 מלמדים, מנהלים און מגידי שיעור, קיינער פון זיי איז נישט געווען קיין מאלעסטער, אלע זענען געווען ערליך און אפגעהיטן, נ''ר סיפורים איז פונקט אזוי אמת ווי אז ער בויט מקוואות, הרוצה לשקר ירחיק עדותו, אלע זיינע כלומפערשטע מקוואות וואס ער זאגט אז ער האט געבויט איז אין אוקריינע, רוסלאנד, פיליפינס וכד' דא אין ניו יארק האבן עהם די רבנים געכאפט מיט געזינטע עם הארצות, ער האט נישט מער ווי א ידיעה אין מקוואות, ווי איינער וואס ליינט אפאר שו''ת בעניני מקוואות, נישט פסקים על בריו, ער ניצט אסאך לשון קודש ווערטער וואס א אלגעמיינער איד הערט עהם רעדן מיינט מי יודע וואס פאר א גאון ער איז, אבער די רבנים וואס האבן עוסק געווען אין מקוואות האבן זיך שנעל איבער געצייגט אז לא דובים ולא יער, ער הייבט נישט אן צו וויסן קיין שמץ הלכה אין מקוואות, און וואס מיינט איר? די דאזיגע רבנים זענען גלייך געווארן מנוולים און מאלעסטערס, דער פערשוין איז דענדזשערעס און מען טאר עהם נישט הערן, ער איז אסור לבא בקהל.
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:33 pm

איינציג האט געשריבן:יעדער איז מודה אז עס איז דא א פראבלעם, און מען הענדעלט דאס דאס בעסטע וואס מען קען,

זאת מנ"ל? פון וואנעט ווייסטו אז מ'נעמט קעיר דערפון די בעסטע שייך? ביזדערווייל ט'קען איינער דערציילען פון איין מלמד וואס די אפיציעלע פיהרערס האבען גענומען אויף זיך דער אחריות איהם ארויסצורוקען? און פון לייגען אין תפיסה ווער רעדט נאך?

ביזדערווייל זענען מיר אין אמעריקא ווייט פון א מצב פון תיקון. אין א"י איז אביסל בעסער, ווען איינער איז א מנוול, באקומט ער נישט די שטיצע וואס יעדער באשולדיגטער באקומט דאהי. אבער עס פאדערט נאכאלס א גרויסע תיקון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:50 pm

איינציג האט געשריבן:יעדער איז מודה אז עס איז דא א פראבלעם,


און יעדער איינער איז אויך מודה אז נר איז א ליגנער בעל דמיון און פארוקטער

און שוין בכל על מקומו יבא בשלום









דאס איז אונזער פראבלעים ודו"ק כי עמוק
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:16 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איינציג האט געשריבן:יעדער איז מודה אז עס איז דא א פראבלעם, און מען הענדעלט דאס דאס בעסטע וואס מען קען,

זאת מנ"ל? פון וואנעט ווייסטו אז מ'נעמט קעיר דערפון די בעסטע שייך? ביזדערווייל ט'קען איינער דערציילען פון איין מלמד וואס די אפיציעלע פיהרערס האבען גענומען אויף זיך דער אחריות איהם ארויסצורוקען? און פון לייגען אין תפיסה ווער רעדט נאך?

ביזדערווייל זענען מיר אין אמעריקא ווייט פון א מצב פון תיקון. אין א"י איז אביסל בעסער, ווען איינער איז א מנוול, באקומט ער נישט די שטיצע וואס יעדער באשולדיגטער באקומט דאהי. אבער עס פאדערט נאכאלס א גרויסע תיקון.

איך ווייס אז אין איינס פון די גרויסע מקווה'ס אין וויליאמסבורג האט מען געשריבן א בריעוו פאר 7 מענטשן (אין די לעצטע 12 יאר) אז זיי טארן נישט קומען אין מקוה, און אויב גייען זיי נישט פאר טעראפי וועט מען מפרסם זיין דעם בריעוו, (דאס זענען אזעלעכע וואס מען האט קלאר מברר געווען אז ס'איז אמת) אלע 7 זענען געגאנגען פאר טעראפי, צוויי פון די זיבן האבן באקומען רשות (מיט די המלצה פון טעראפיסט) ווייטער צו ניצן די מקוה (א שויער דארפן זיי נעמען אינדערהיים) און די מקוה טאר נישט נעמען מער ווי 4 מינוט, מיט א ווארענונג אז טאמער וועט מען זיי נאכאמאל כאפן איז אפגעמאכט אז מען וועט פארלאנגן פונעם באטרעפענדן צו מעלדן פאר די פאליציי. דאס איז לדעתי אין קאטאגאריע פון ''טון וואס מען קען'', נאכאמאל, יעדער ווייסט אז ס'איז א גרויסער פראבלעם, און ס'איז נישטא קיין סימפל לייזונג, דער בירור איז זייער שווער, אויב די עלטערן מיטן קינד טוהן קאאפערירן איז נאך האלבע צרות, אבער ליידער טוהן דאס אסאך עלטערן איגנארירן, און טוהן נישט קאאפערירן, און אלעס גייט אריין בחזקת קלא דלא פסיק, א רוממער ווי מען זאגט, במילא איז ביטער שווער דאס צו הענדלען, פארגעס נישט, אזא זאך ווערט נישט געטוהן אויפן באלעמער פון בית המדרש, דאס ווערט געטוהן באהאלטענערהייט, אבער דער אמת איז אזוי ווי גאנצל האט געשריבן, מאלעסטעישאן מיט נ''ר האבן קיין שייכות, ער העלפט נישט צו דעם פראבלעם, ער איז א חלק פונעם פראבלעם.
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:25 pm

נר א חלק פונעם פראבלעים ?

איך וואלט ענדערש געזאגט א חלק פון די ישועה

ס'איז באוואוסט מער ווי איין מענטש וואס מ'שיקט זיי נישט קיין בריוון און מ'לאט זיי פריי טון וואס זיי ווילן יעדער וועגן א אנדערע סיבה
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:28 pm

עס איז דא א טהעראפי וואס העלפט פאר דעם? ווער האט עס באשטעטיגט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:46 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא א טהעראפי וואס העלפט פאר דעם? ווער האט עס באשטעטיגט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


טעראפי העלפט אבער איז זייער שווער, https://www.livescience.com/17519-treat ... lenge.html
ס'איז דא פעדאפיילס וואס קענען זיך קאנטראלן, און פאר די איז לייכטער די טעראפי, דער פאקט אז מען האט זיי געכאפט און שטייען אויס צו ליידן ביזוי בזיונות איז שוין א שטיקל טעראפי, זיי שטעלן זיך צו, און בעל כרחם קאנטראלירן זיך, זיי האבן נישט אריין געטראכט וואס זיי טוהן, זיי האבן נישט געטראכט מיטן שכל נאר מיטן... און זיי דארף מען צו האלטן אינטער קאנטראל, ווידער די אנקאנטראלעבל פעדאפיילס איז דער פראבלעם זייער גרויס און דארט דארף מען גיין בכל חומר הדין אויב טשעפן זיי קינדער אדער בחורים.

וואס לדעתך דארף מען טוהן מיט א מאלעסטער?
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:48 pm

גאנצל האט געשריבן:נר א חלק פונעם פראבלעים ?

איך וואלט ענדערש געזאגט א חלק פון די ישועה

ס'איז באוואוסט מער ווי איין מענטש וואס מ'שיקט זיי נישט קיין בריוון און מ'לאט זיי פריי טון וואס זיי ווילן יעדער וועגן א אנדערע סיבה


באוויסט פאר וועם? איך ווייס נישט!!!
איך בין מחולק מיט דיר, וויי און ביטער איז אז נ''ר איז די ישועה...
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:13 pm

אז דו וועסט שרייבן וועם מ'האט יא געשיקט וועל איך דיר שרייבן פאר וועם ניט..........

ביסט גערעכט וויי צו אונז אז מיר האבן געמוזט צוקומען צו אזא נר אנצוקומען ערגעץ
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:52 pm

גאנצל האט געשריבן:אז דו וועסט שרייבן וועם מ'האט יא געשיקט וועל איך דיר שרייבן פאר וועם ניט..........

ביסט גערעכט וויי צו אונז אז מיר האבן געמוזט צוקומען צו אזא נר אנצוקומען ערגעץ


ניין! שרייב מיר נישט פארוועם מען האט נישט געשיקט ווייל ליידער קען איך נישט קיין סאך העלפן, איך בין א פלעינער סיטיסן און נישט קיין עסקן, (פערצאפאל האט מיר א עסקן דערציילט אפאר חדשים צורים פון די 7 מענטשן) דער פראבלעם איז פיל גרעסער אז יעדער מאן דהוא זאל דאס פארעכטן, איך פיל מיך אפילו נישט בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג וואס מען דארף צוטון, אבער צו זאגן אז נ''ר איז די ישועה דארף מען זיין א חסר דעה אדער עהם בכלל נישט קענען, אפשר זאגסטו מיר וואס פאר א ישועה האט ער געברענגט? וואס האט ער שוין אויפגעטוהן? דער שקרן נ''ר לאכט פון דיר אין די פויסטן, ער פרדאצירט שקרים און אפאר תמימי לב טאנצן עהם נאך, ניין! ער איז נישט קיין שקרן, ער איז שקר אליין!!! קיין שום פאקט וואס ער זאגט איז נישט אמת, יסודו שקר, ביודעי ומכירי קאמונה, ער איז נישט אינוואלווד אין גארנישט, ער ליינט דאס אויף די וואטס-עפפ גרופעס פונקט ווי דו און איך, און רעאגירט ווי איינער וואס איז פון די אנפירערס, אדרבה, פרעג די אלע וואס זענען ליידער באטראפן געווארן, קיינער וויל מיט דעם מטורף נישט האבן קיין שום שייכות און קיין שום מגע ומשא, ער איז שטארק שעדליך פאר די ערענסטע מערכה.
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 4:12 pm

די ארגומענט ארום נחום אינטערסירט מיך ווינציג גראדע האלט איך אין דעם כמעט ווי דו און ס'איז זיכער אז דער מענטש האט בלוט אויף זיך

די ארגומענט דא איז איבער מאלעסטעישן אויב בין איך זיך טועה אין דעם דאן טוישט די קעפל פונעם אשכול
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 4:34 pm

גאנצל האט געשריבן:די ארגומענט ארום נחום אינטערסירט מיך ווינציג גראדע האלט איך אין דעם כמעט ווי דו און ס'איז זיכער אז דער מענטש האט בלוט אויף זיך

די ארגומענט דא איז איבער מאלעסטעישן אויב בין איך זיך טועה אין דעם דאן טוישט די קעפל פונעם אשכול


און איבער מאלעסטעישאן האלטן מיר אויך כמעט אייניג.
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 4:41 pm

סאו קען מען שוין שליסן די אשכול ...........
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 6:45 pm

פארוואס די גיהנם דארפען די זיבען מענטשן גיין אין מקוה?

סחור סחור לנזירא וכו'.

דער תירוץ אז דער טעראפיסט האט געהייסן איז מן הסתם אזוי אמת ווי די גאנצע מעשה אז מען האט גע'אסר'ט זיבען מענטשען צו גיין אין מקוה. כאילו עס איז דא א קאנטראל אין יעדעס מקוה ווער עס קומט און גייט.

נחום קומט זיך קרעדיט פאר מפרסם זיין דער נושא אז מיר זאלען רעדען דערפין. ער איז טאקע משוגע און א בעל מגזם, און א עקעלדיגע בריאה, אבער פאקט בלייבט פאקט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2678
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 6:57 pm

וועלעכע נושא האט נחום מפרסם געווען? און וואס האט זיך געטוישט?
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 8:54 pm

דער גאנצע מאלעסטעישען. דאס אז די רופסט עס מאלעסטעישען איז וועגן נחום.
בעפאר זיין האטליין איז געווען טאבו צו רעדען וועגן דעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אישתישבי אום דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 12:02 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2678
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:16 pm

איינציג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא א טהעראפי וואס העלפט פאר דעם? ווער האט עס באשטעטיגט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


טעראפי העלפט אבער איז זייער שווער, https://www.livescience.com/17519-treat ... lenge.html
ס'איז דא פעדאפיילס וואס קענען זיך קאנטראלן, און פאר די איז לייכטער די טעראפי, דער פאקט אז מען האט זיי געכאפט און שטייען אויס צו ליידן ביזוי בזיונות איז שוין א שטיקל טעראפי, זיי שטעלן זיך צו, און בעל כרחם קאנטראלירן זיך, זיי האבן נישט אריין געטראכט וואס זיי טוהן, זיי האבן נישט געטראכט מיטן שכל נאר מיטן... און זיי דארף מען צו האלטן אינטער קאנטראל, ווידער די אנקאנטראלעבל פעדאפיילס איז דער פראבלעם זייער גרויס און דארט דארף מען גיין בכל חומר הדין אויב טשעפן זיי קינדער אדער בחורים.

וואס לדעתך דארף מען טוהן מיט א מאלעסטער?



ס'דא פילן פאר דעם. (פון DECAPEPTYL האסטו שוין געהערט?)
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], SEMrush [Bot], דענקער און איין גאסט