בלאט 1 פון 1

מ'רוקט היינט די זייגער, רבותם!!

נשלח: מוצ"ש מערץ 10, 2012 11:19 pm
דורך ראשעקאל
ס'מאכט גארנישט קיין סענס. וואס הייסט מ'ריקט שוין די זייגער??! ריקט מען עס נישט געווענטליך נאך ווינטער? נו, איז דען שוין געוועהן ווינטער? לויט מיין טערמאסטאט איז נאך נישט געוועהן ווינטער די יאהר. מיין זאק זאלץ וואס ליגט אין סטארעדזש גרייט צו דערהארגענען די שנייעלעך ליגט נאך אינגאנצן פארמאכט! כ'האב עס אפילו נישט געריקט פון פלאץ זייט אין האב עס געקויפט פון האום דיפאו ביים איינקויפן אפאר געצייגן צו בויען די סוכה. און שוין? מ'ריקט שוין די זייגער?