״נונעס מעמאראנדום״

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

״נונעס מעמאראנדום״

שליחה דורך מאן דאמר »

פארגאנגענעם פרייטאג איז ארויסגעקומען די נונעס מעמאראנדום, וואס איר עקזיסטאנץ איז שוין באקאנט א שטיק צייט, און דער נייגער איבער איר אינהאלט ווי אויך די קעגנערשאפט צו איר פאבליקאציע האט געשאפן א מעדיא ווינט און פאליטישע דעבאטע פאר די לעצטע וואך צוויי.
אין די מעמאראנדום, אדרעסירט צו די רעפאבליקאנער מיטגלידער פון די שפיאנאזש קאמיטע אין די קאנגרעס, ווערט ארויסגעברענגט וויאַזוֺי די יוסטיץ אפטיילונג פון די אמעריקאנער רעגירונג, וואו אויך די די פעדעראלע אויספארשונגס ביורא, האבן ביידע געשטיצט א שפיאנאש מיסיע פון אונטערהערן א פריוואטע אמעריקאנער בירגער׳ס קאמיוניקאציע, א בירגער מיטן נאמען קארטער פעידזש, וואס איז געוועזן א וואלאנטיר ביי די טראמפ קאמפיין, און די אורזאך פאר די שפיאנאזש, וואס מ׳האט אנגעגעבן פאר א ספעציעלן געריכט געאייגנט פאר די סארט ספעציעלע שפיאנאזש ערלויבונגען, איז געוועזן געבויעט אויף די באקאנטע steele dossier וואס וואו עס שיינט האט די אויספארשונגס ביורא געוואוסט אדער חושד געוועזן אז ס׳איז א פרעכע ליגענט, אבער ביים בעטן די ספעציעלן ערלויבעניש און געריכט האבן זיי נאכאלס גענוצט דעים אורזאך.
וואו עס איז געדרינגען פון די גאנצע מיסיע, און ווי אויך פון אנדערע ראיות געברעינגט איד דעים מעמאראנדום, האבן די דעמאקראטן, יוסטיץ אפטיילונג און אויספארשונגס ביורא פארלעצט א בירגערס פריוואטקייט, און גענוצט אן אורזאך וואס און בעסטן פאל האבן זיי נאר חושד געוועזן אז ס׳איז פאלש, אויב נישט געוואוסט פאר זיכער, אלץ צו פראבירן אונטערשטעלן פוסלעך אז דאנאלד טראמפ זאל נישט ערוועלט ווערן אלס פרעזידענט
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר