2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תיקון

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:44 pm

איש את רעהו האט געשריבן:אז אפאר נערמאלע מענטשן קומען צו זיי רעדן און נארמאלעזירן צו אנהייבן לעבן נארמאל
וועלן די אלע קינדערליך און פרויען ארויסגיין פין די מסוכנדיגע מקומות
זייערע מוחות זענען פארכאפט פין פרעדיגער.

הדא הוא דכתיב, כי יגח שור איש את שור רעהו, וכביאור רבינו אברהם אבן עזרא שאין לאיש את רעהו ריע אלא שור.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:57 pm

איש את רעהו - קענסט מיר מסביר זיין וואס האט עס מיט די געשלעכט? די פרויען זענען פונקט אזעלכע ׳פרעדיגערס׳ ווי די מענער. זיי ווילען אויך מיישב זיין א"י.

איך מיין אז ווען א איד א ת"ח וואלט געגאנגען קיין ווסמב"ג און מסביר געווען אז ווען דער תורה זאגט וירישתם אותה וישבתם בה, איז עס א נצחיות, און מ׳איז אייביג מחוייב איינצונעמען א"י פאר דער אויבישטער׳ס פאלק, וואלט געווען א מצב פון והשליך איש אלילי כספו ואלילי זהבו, און מ׳וואלט שוין נישט געבליבען האסטעדזש צו די ׳קנאות׳ וואס האט פארגעסען פון א פסוק חומש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9159 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך פעברואר 07, 2018 10:00 pm

ביי די וואס זענען פארכאפט אין די מתנחלישע ערטער זעהט מען אז ס'דא א מקום זיי צו ערוועקן, קוק אויף רב חזן
אין ווילי וועסטו אים מערסטענס מאכן ליינען די בודאפעסטע ארטיקלן אין וועקער, ער וועט זיך נישט לאזן צושניידן פין אראבער פאר ביבי'ס לאנד.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 07, 2018 10:08 pm

איך מיין אז איש את רעהו איז א קריסט, זיי האלטן דאך אז די תורה איז מער נישט נוגע.
אדער אפשר גאר איז ער א מוסולמענער, זיי האלטן דאך אז גאט האט אפגעלאזט די אידן און אויסגעוועלט זיי גאר, לפי דעם האט ער אויך אוועקגענומען א"י פון די אידן און געגעבן פאר די מוסולמענער, either way שמעקט די גאנצע זאך פון אפיקורסת, און סאטמארע רב האט געהאלטן אז אויף איינער וואס מ'האט אויף איהם א חשש אפיקורסת קען מען זאגן ימח שמו.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך פעברואר 07, 2018 10:16 pm

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3005
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4400 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך פעברואר 07, 2018 10:27 pm

רב דוד דוקוביץ די רב אין געגנט האט געהעצט קעגן די אראבער מען זאל זיי ווייטער אויסהארגענען
עס איז נישט בידינו צו דן זיין מענטשן בנוגע דיני נפשות
ווען מיר האבן היינט א מזבח און א סנהדרין איז עס א קעיס פאר זיי צו אויפברענגן פין רדיפה על עם ישראל
ווי איז מהר"א ווען מע דארף אים? איז ער שוין צוריק פין פאלם ספרינגס?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 07, 2018 10:31 pm

נקודת-אמת האט געשריבן:די חבר'ה וואס וואוינען דארט האלטען-אפ (אין א-געוויסע-זין) דער ארבישער מערדער פון אנקומען און אריבער פיהרן שחיטות אינעם אנדערן חלק לאנד.

ווי ווייט איך ווייס זענען יהודה און שומרון גארנישט ווייניגער פארזיכערט ווי אנדערע געגנטער אין ארץ ישראל,קענסט דא קוקן און זיך אליין איבערצייגן, און פיל מער פארזיכערט ווי אסאך שטעט אין אייראפע און אמעריקע, און אפגערעדט אז זיי זענען מער פארזיכערט ווי אזעלכע שטעט ווי לאס וועגאס, ארלענדא, פאריז וכו' וכו'.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ברוך שפינוזה אום דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:33 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך פעברואר 07, 2018 11:17 pm

איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 07, 2018 11:21 pm

איש את רעהו האט געשריבן:ווען מיר האבן היינט א מזבח און א סנהדרין

יא יא, גוט געזאגט וואויל געזאגט, ווען מיר האבן היינט א סנהדרין וואלטן זיי געהרגט אלע אראבער אזויווי ביי די מעשה פון שכם און דינה,אזויווי ס'שטייט איו רמב"ם "ומפני זה נתחייבו כל בעלי שכם הריגה, שהרי שכם גזל והם ראו וידעו ולא דנוהו" הלכות מלכים פ"ט הי"ד. און אויב ס'וואלט אויסגעבראכן א מלחמה וואלט מען דיך מיט ר' בארנען געשלעפט אין מיליטער, לקיים מה שנאמר 'אבל במלחמת מצוה הכל יוצאין אפלו חתן מחדרו וכלה מחפתה'.

זעסטו, א נאר זאגט אויך אמאל א גוט ווארט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ברוך שפינוזה אום דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:23 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:14 pm

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
נקודת-אמת האט געשריבן:די חבר'ה וואס וואוינען דארט האלטען-אפ (אין א-געוויסע-זין) דער ארבישער מערדער פון אנקומען און אריבער פיהרן שחיטות אינעם אנדערן חלק לאנד.

ווי ווייט איך ווייס זענען יהודה און שומרון פון די מערסטע פארזיכערסטע געגנטער אין ארץ ישראל,קענסט דא קוקן און זיך אליין איבערצייגן, און פיל מער פארזיכערט ווי אסאך שטעט אין אייראפע און אמעריקע, און אפגערעדט אז זיי זענען מער פארזיכערט ווי אזעלכע שטעט ווי לאס וועגאס, ארלענדא, פאריז וכו' וכו'.

איך האב נישט געקענט נאכקוקן, אבער די שטודיעס זענען לאו דוקא א ראיה. מ'דארף קוקן אויף די אויסזיכטען פון דער מענטש צו לעבן אדער שטארבן, נישט די כלליות'דיגע לעבנ'ס האפענונגען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9159 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:15 pm

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:ווען מיר האבן היינט א מזבח און א סנהדרין

יא יא, גוט געזאגט וואויל געזאגט, ווען מיר האבן היינט א סנהדרין וואלטן זיי געהרגט אלע אראבער אזויווי ביי די מעשה פון שכם און דינה,אזויווי ס'שטייט איו רמב"ם "ומפני זה נתחייבו כל בעלי שכם הריגה, שהרי שכם גזל והם ראו וידעו ולא דנוהו" הלכות מלכים פ"ט הי"ד. און אויב ס'וואלט אויסגעבראכן א מלחמה וואלט מען דיך מיט ר' בארנען געשלעפט אין מיליטער, לקיים מה שנאמר 'אפילו חתן מחדרו וכלה מחופתה'.

זעסטו, א נאר זאגט אויך אמאל א גוט ווארט...

ווער איז דער חתן און ווער איז דער כלה? רע בארנען איז דער חתן? אדער דער כלה? ער גייט דאך ווייסער קליידער......
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9159 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:23 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער איז דער חתן און ווער איז דער כלה? רע בארנען איז דער חתן? אדער דער כלה? ער גייט דאך ווייסער קליידער......

פאראכטן
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:53 pm

לויט זיי איז דאס די רצון ה' און זייער מסורת נפש אויף וואס זיי האלטן אז ס'איז רצון ה' איז ממש ארויס צו גיין פון התפעלות. ביי די אמעריקאנער יודנטום איז נישט דא די לעוועל פון מסירת נפש אויף זאכן וואס אונז האלטן אז ס'איז רצון ה'
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 541
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 238 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 1:21 pm

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:לויט זיי איז דאס די רצון ה' און זייער מסורת נפש אויף וואס זיי האלטן אז ס'איז רצון ה' איז ממש ארויס צו גיין פון התפעלות. ביי די אמעריקאנער יודנטום איז נישט דא די לעוועל פון מסירת נפש אויף זאכן וואס אונז האלטן אז ס'איז רצון ה'


דאס האט שוין איינער נאכגעברענגט אין פריערדינגן דף פון א אדם גדול.
דאס געט נאך נישט רעכט צו האלטן אידן פארשפארט אין א מקום מוכן לרציחה
ס'מיר ברור ווען עמיצער זאל עס טון מיט דיינס א 2 יעריג קינד, און געהאלטן דארט פארשפארט אינטער זייערע אידילאגיעס וואלסטו געטון כל טצדקאות שבעולם [מיט יענעמ'ס אלע תירוצים פין פרומקייט און מסי"נ] צו ארויסראטעווען דיינס א קינד מתחת ידיהם
ס'גארנישט ווייניגער ווען דאס קינד איז נישט דיינס
א אידיש הארץ דארף מיטפילן די רחמנות געפיל פאר יענעמ'ס שווערע צושטאנד.
[פלאי האט ארויסגעגעבן א ניגון ווי די קינדערליך פין רזיאל שבח די ערשטער הרוג רח"ל זינגען א ניגון אויפן מצב, די הארץ צוגייט טראכטענדיג אין וועלכע אומשטענדן זיי וואוינען דארט צווישן רעוואלווערס וואס זענען יעדע מינוט רעדי צו שיסן אויף די יונגע נשמה'לעך ה"י]
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 1:42 pm

איש את רעהו האט געשריבן:רב דוד דוקוביץ די רב אין געגנט האט געהעצט קעגן די אראבער מען זאל זיי ווייטער אויסהארגענען
עס איז נישט בידינו צו דן זיין מענטשן בנוגע דיני נפשות
ווען מיר האבן היינט א מזבח און א סנהדרין איז עס א קעיס פאר זיי צו אויפברענגן פין רדיפה על עם ישראל
ווי איז מהר"א ווען מע דארף אים? איז ער שוין צוריק פין פאלם ספרינגס?

איש את רעהו (חיים בלעו): דו מאכסט מיך געפערליך שטארק לאכן. דו זאגסט אז דער רב אין די געגנט הרב דוד דוקוביץ האט געהעצט אקעיגן די אראבער, אז מ'דארף זיי ווייטער אויסהרג'נען. כאילו דאס איז א פאקטאר אין די רציחות וואס די פארשאלטענע אראבער פיהרן אדורך אויף אידישע קינדער. ס'הייסט זיי פארהערן די אידן וועם זיי גייען הרגנ'ען אויב זיי העצן אקעיגן די אראבערס, דאמאלס הרג'נען זיי . און אויב נישט לאזן זיי גיין. פונקט אזוי ווי ס'איז דא א סאך נארישע מענטשן וועלכע האלטן אז די אראבערס הרג'נען נאר ציונים. ס'הייסט זיי פארהערן זיי צו זיי קענען דעם ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה. אויב זיי קענען לאזן זיי אפ. און נאר ווער ס'קען נישט ויואל משה. איז דאך א סימן אז ער איז א ציוני. איהם הרג'נען זיי...!

דו קענסט ארויפלייגן אויף דיין רעקל א סיין אז דו ביסט א יהודי (כ'בין נישט אזוי זיכער) און נישט קיין ציוני. שפאציר אדורך סיי וועלכע גאס אין עזה אדער יריחו אדער ראמאללאה. און לאז מיך וויסן וואספארא קבלת פנים דו האסט באקומען...גוט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9298 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 1:50 pm

גערעכט איינמאל די וועלף זענען געהעצט על עם ישראל זענען נעבעך אלע בלי יוצא מן הכלל אינעם ביטערן פעקל
א שאד אמאל האמיר מיט זיי יא געקענט לעבן אינאיינעם במנוחה.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 2:16 pm

איש את רעהו: ס'איז שוין די העכסטע צייט אז דו זאלסט אויפהערן לעבן אין די אילוזיע און בענקען נאך די אלטע גוטע צייטן ווען ס'האט געהייסן אז אונז האב מיר געלעבט זייער גוט מיט די אראבערס (זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים). אזוי ווי הרב קאפלאן ז"ל, וואס איז געווען דאמאלס (שנת תרפ"ט) א תלמיד אין ישיבת חברון, דערמאנט מיט נאסטאלגיע ווי גוט די אידן האבן געלבט מיט די אראבערס. אז די אידישע פרויען האבן געהאנגען די וועש אויף די זעלבע שטריק מיט די אראבערקעס. און די אראבישע פרויען האבן גע-בעיביסיט די אידישע קינדער. אבער דעם סוף פסוק שרייבט ער נישט. אז די אראבישע רוצחים, ימ"ש זענען געקומען איין טאג אין א שבת קודש און אויסגעהרג'עט אלע אידן וואס זיי האבן אוספייעט אויסצוהרג'נען. אפילו ר' אליעזר דן סלאנים הי"ד, וועלכער איז געווען א באנקיר., און האט געוואוינט אין חברון. און די באנק האט אוועקגענומען די הויז און פארם פון אן אראבישן איינוואוינער. און ר' אליעזר דן האט נישט געפאלגט זיינע בעלי בתים און האט זיי באנייט די הלואה און צוריקגעגעבן די פארמעגנס. וואלט מען דאך געקענט מיינען אז דער זכות איז איהם בייגעשטאנען.ניין. די זעלבע אראבישע רוצחים וועם ער האט געהאלפן האבן איהם געהרג'עט צוזאמען מיט אלע אנדערע אידן, הי"ד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9298 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 6:52 pm

איך וועל דא פרובירן מסביר זיין מיט א פשוט'ע משל די שיטה פון איש את רעהו. נישט בארעכטיגן – דאס איז נישט מיין כוונה – נאר מסביר זיין פאר די וואס האלטן אז ער טרינקט אידיש בלוט.

אין א אינדישן דערפל האבן אמאל די פשוט'ע דארפס פויערן געהערט א דרשה פון א חשוב'ע מענטש אז עס איז זייער א חשוב'ע זאך צו גיין וואוינען אין וואלד אינאיינעם מיט די ווילדע, גיפטיגע, פארציקענדע חיות, עד כדי מסירות נפש ממש. אומר ושותה, די חברה הייבן זיך אויף מיט א געוואלדיגע תמימות, ממש נבהל ונשתומם צו ווערן – און גייען אין וואלד וואוינען פאר די רעסט פון זייער לעבן. פארשטייט זיך אז מען קען זיך נישט ממש מפקיר זיין, האט מען געשטעלט שומרים ארום אויף אלע זייטן אז אויב זעהט מען א חי' קומען זאל מען "קעהר נעמען" פון זיי.

די חיות רעות זענען אבער נישט געבליבן זיצן מיט פארלייגטע פוס, ס'טייטש אפאר מענטשעלעך האבן זיך אריינגערוקט אין זייער טעריטאריע, וואס כידוע איז עס א גרויסע קריים ביי די חיות, אך און וויי ווער עס וואגט זיך פורץ גדר צו זיין... און זיי האבן אנגעהויבן מיט נקמה אקציעס, זיי זענען טאקע אדורכגעפאלן רוב מאל, אבער דא און דארט (נישט די ארטיקל..) איז עס זיי געלונגען, און זיי האבן פארצוקט עטליכע מענטשן מיט א מיתה משונה רח"ל.

נאך עטליכע לוויות ווען די פויערן האבן ביטערליך געטרויערט און געקלאגט אויף זייערע פארלוסטן, איז דורכגעגאנגען א דרויסענדיגער וואנדערער, און נישט קענעדיג צוקוקנדיג זייער צער האט ער זיי געזאגט אז די קלוגסטע זאך וואלט געווען אז זיי פוצן אפ פון וואלד, און זיך נישט דרייען אינאיינעם מיט די חיות טורפות. דאס איז די בעסטע וועג צו פארמיידן די טראגעדיעס, פיל בעסער ווי פארשטערקערן די וואך אדער שיסן מער חיות וכדו'.

אצינד – וועט איר אנקוקן דעם דורכגייער ווי א בלוט טרינקער? אדער דאס פארקערטע?

איש את רעהו איז דער דורכגייער. איך פארשטיי אז די מזרחי מענטשן אין א"י האבן מסי"נ ממש פאר שלימות הארץ, און לשיטתם איז דאס גאר חשוב. זיי זענען חושש צו עפעס א דעת יחידאה וואס לפ"ב האט פריער צוגעברענגט אז אויסער די ג' חמורות דארף מען אויך האבן מסי"נ פאר שלימות הארץ. אשרי חלקם פאר זייער מסי"נ און מעגליך אז אין הימל איז עס חשוב. אבער מיר קענען נאר זעהן אויף דער וועלט מיט אונזערע פליישיגע אויגן. ליידער פאסירט דארט טראגעדיעס וואס צוברעכט יעדן אידיש הארץ. האט איש ס"ה געזאגט אז מען זאל מעורר זיין די חברה אוועקצומופן פון דארט, ווייל עס איז א מקום סכנה, א מקום מוכן לפורעניות. יא, די אראבער זענען גארנישט בעסער ווי ווילדע פארצוקענדע לייבן און גיפטיגע שלענג, נישט נאר נישט בעסער, נאר פיל ערגער, ימח שמם! איז דאך נישט מער ווי פארשטענדליך אז מען זאל זיך נישט רייצן מיט זיי און שטיין ווי ווייט מעגליך פון זיי! דאס אלעס וואס איש האט געשריבן.

וואס האט ער אזוי שלעכט געזאגט אז מען קוקט אים אן ווי א טרינקער פון אידיש בלוט? איר מוזט נישט מודה זיין צו אים, איר קענט זיך טענה'ן, אויסשמועסן... אבער רבש"ע, קללות און דברי שמץ, פארוואס?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15342
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18624 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 7:16 pm

וויאזוי זענען אידען א פאררוקטע שבט וואס מ׳האט איינגערעדט אין עפעס א וועג?

דער גאנצע צוגאנג צו אנדערע ת"ח איז גאר די טענה אויף איש את רעהו. א דעה יחידאה פון איין מנהיג, אז שלש שבועות האט עפעס מיט כפירה מאכט נישט די אנדערע ת"ח פאר א 'פרעדיגער' און נישט 'איינער וואס רעדט זיי איין'.

א ת"ח האט געלערנט א סוגיא און ער האט גע'פסק'נט איין וועג. די מתנחלים זענען קנאים פאר תורה, פאר א פסוק חומש, און זיי פאלגען די פסק, אנשים ונשים. קענסט אויסשמועסן דער מיינונג, ברענגען ראיות און מקורות. אבער אנפאנגען די סוגיא כאילו עס איז סתם א פאררוקטע שיטה, א דעה יחידאה און א האסטעדזש סיטועישען, איז נישט קיין שיטה נאר א זלזול. די פרוי וואס גייט וואוינען אין שומרון, איז פונקט אזא האסטעדזש ווי מרס. לעפקאוויטש אויף הערייסאן אוו. וואס איהר מאן 'צווינגט' איהר צו גאלען די קאפ. דער פארפאלק אין וומסב"ג לעבט א סארט לעבענסשטייגער, ביידע פון זיי, און קיינער איז נישט קיין האסטעדזש, און אזוי אויך די מתנחלים אין שומרון. עס איז א לעבענסשטייגער, א שיטה"ק געבויט אויף ת"ח, און דאס זלזול איז נישט אויסגעהאלטן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9159 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 7:25 pm

איש את רעהו האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:לויט זיי איז דאס די רצון ה' און זייער מסורת נפש אויף וואס זיי האלטן אז ס'איז רצון ה' איז ממש ארויס צו גיין פון התפעלות. ביי די אמעריקאנער יודנטום איז נישט דא די לעוועל פון מסירת נפש אויף זאכן וואס אונז האלטן אז ס'איז רצון ה'


דאס האט שוין איינער נאכגעברענגט אין פריערדינגן דף פון א אדם גדול.

איך טראכט ביי מיר. איך טראכט נאר! פארשטיינער מיך נישט.

ס'ידוע די מעשה ווען מ'האט געפרעגט איינע פון די גדולים פארוואס ווען א רב פסק'ענט טריפה אויף א טייערע בהמה וועט דער קצב מקבל זיין דעם פארלוסט בדומי', משא"כ ווען מ'האט א דין תורה מיט'ן חבר זעהט מען אז מ'איז ממש נהרג על שווה פרוטה, ווייל איינמאל עס ווערט אריינגעמישט דער כח פון נצחון אין א ענין, ווערט דער מענטש ממש אויס מענטש, אדם ניכר בכיסו ובכעסו.

ווי האט יענער געזאגט, נפשי כעפר לכל תהי', דאס האב איך נישט געמיינט יעדע מענטש קען טרעטן אויף מיר, איך האב דעמאלס גערעדט צום באשעפער, אבער יעצט אין ריעל לייף, וואגן זאל זיך יענער מיך אנצוריקן מיין קרוין פון קאפ...

עכ"פ ליידער אין אנדערע תחומים אין אידישקייט האבן מיר נישט די מסי"נ, מען האט נישט די "דרייוו" צו אדורכגיין אלע שוועריגקייטן און טראץ דעם אלעם זיך האלטן שטארק; משא"כ ווען עס ווערט אינוואלווד נצחון אויף סיי וועלכע אופן, וועט מען טון די זאכן עד כדי מסירות נפש, אזוי ווי יעדער חסיד וועט טון צום מתנגד פון זיין רבי'ן.... פארוואס עפעס טוט דיר דיין רבינ'ס כבוד וויי מער ווי אנדערע מצוות? האסטו יראת שמים אדער נישט? נאר דער ענין איז כנ"ל אז דארט מוז מען געווינען, ממילא וועט מען זיך שלאגן, אמפערן, אויסגעבן געלט, און וואס נישט, נאר כדי יענעם צו באזיגן....

קען אפשר זיין לפי"ז (דא דרייט מען מיט'ן פינגער) אז וויבאלד די מתנחלים ווילן דאך ווייזן א נצחון אין די אראבער ימ"ש, איז דאס גיבט זיי דעם דרייוו צו האבן מסי"נ און זיך נישט ברעכן פאר זיי, זאל זיין וואס זאל זיין! טאמער אבער וואלטן די אראבער אפגעצויגן פון יענעם געגענט, וואלט דער תאוות הנצחון אויסגעוועפט אינאיינעם מיט די מס"נ... די סארט הנהגה האט עפעס א נאמען אין ענגליש וואס כ'קען זיך נישט דערמאנען יעצט.

אבער דאס איז נאר א ווערטל לכבוד ערב שבת מברכין אדר, אודאי אין הימל איז זייער געשעצט די מס"נ פון די טייערע אידן, ווייל רחמנא לבא בעי. והוא רחום יכפר עוון.

והשתא דאתית להכי (בערל/שמעון וואלף אלערט) קען אפשר זיין א טעם פארוואס דער באשעפער האט באשאפן דעם יצה"ר, וויבאלד מיר ווילן אים באזיגן, וועט דער תאוות הנצחון אונז העלפן זיך שטארקן אויף אים און טון וואס מ'דארף און נישט וואס מ'טאר נישט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15342
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18624 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 7:28 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וויאזוי זענען אידען א פאררוקטע שבט וואס מ׳האט איינגערעדט אין עפעס א וועג?

דער גאנצע צוגאנג צו אנדערע ת"ח איז גאר די טענה אויף איש את רעהו. א דעה יחידאה פון איין מנהיג, אז שלש שבועות האט עפעס מיט כפירה מאכט נישט די אנדערע ת"ח פאר א 'פרעדיגער' און נישט 'איינער וואס רעדט זיי איין'.

א ת"ח האט געלערנט א סוגיא און ער האט גע'פסק'נט איין וועג. די מתנחלים זענען קנאים פאר תורה, פאר א פסוק חומש, און זיי פאלגען די פסק, אנשים ונשים. קענסט אויסשמועסן דער מיינונג, ברענגען ראיות און מקורות. אבער אנפאנגען די סוגיא כאילו עס איז סתם א פאררוקטע שיטה, א דעה יחידאה און א האסטעדזש סיטועישען, איז נישט קיין שיטה נאר א זלזול. די פרוי וואס גייט וואוינען אין שומרון, איז פונקט אזא האסטעדזש ווי מרס. לעפקאוויטש אויף הערייסאן אוו. וואס איהר מאן 'צווינגט' איהר צו גאלען די קאפ. דער פארפאלק אין וומסב"ג לעבט א סארט לעבענסשטייגער, ביידע פון זיי, און קיינער איז נישט קיין האסטעדזש, און אזוי אויך די מתנחלים אין שומרון. עס איז א לעבענסשטייגער, א שיטה"ק געבויט אויף ת"ח, און דאס זלזול איז נישט אויסגעהאלטן.


אודאי מיינט מען נשט קיין זלזול (עכ"פ איך נישט).
אבער ביסטו מודה אז מאז היתה ישראל לגוי איז מען קיינמאל נישט מחוייב געווען אויף יהרג ואל יעבור נאר אויף די ג' חמורות? שלימות הארץ איז טאקע א פסוק חומש אבער אויף דעם איז געזאגט געווארן "וחי בהם" ולא שימות בהם. ס'איז א שיטה, נישט קיין זלזול.
און צום דריטן מאל - איך פרוביר נאר מסביר זיין, איך זאג נישט ווער ס'איז גערעכט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15342
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18624 מאל

Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 8:02 pm

דאס צושטעל צו ג׳ חמורות איז עפעס נישט אין פלאץ. עס איז נישט קיין מצוה פון ונקדשתי בתוך בני ישראל. דאס איז א מצוה וואס קומט מיט ריזיקירען דער לעבען, פונקט ווי מלחמת ז׳ עממים, אדער מלחמת עמלק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9159 מאל

Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 8:06 pm

שמעקעדיג מעג מען ענפערן.

איז אזוי:
א. "אוודאי מיינט מען נישט קיין זלזול" לשון קדשך.
הא? זעסט מיר נישט אויס ווי אזא נאר. אוודאי מיינט מען (איך מיין נישט דיר...) יא זלזול, ובנוסף שנאה, שמחה לאיד, והעיקר סתם טראללן און רייצן.

ב. איך ווייס נאך א פאל מאז היתה ישראל לגוי ווי מ'האט צוגעלייגט א נייע יהרג ואל יעבור, און ס'גראדע נישט געווען אזוי לאנג צוריק. איך רעד פון א רבי וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג נאכן קריג.

ג. און יעצט צום ביאור, אויב ביסט טאקע אינטערעסירט.
ס'געווען אמאל בײ אידן אזא מושג ווי א מלחמת הרשות, אמת? איז דאך שווער, ביי א מלחמה פאלן דאך זיכער קרבנות, ווער געט רשות זיך מוסר נפש זיין פאר א דבר הרשות? ס'איז נישט איינע פון די ג' עיקרים?

נאר וואס דען? דא רעדט מען נישט פון קיין יהרג ואל יעבור. טאמער וועט איינער קומען צו א געוויסער יחיד און אים סטראשענען פערזענליך: צי אפ פון דא אדער איך שיס! איז טאקע א שאלה. אבער דער ציבור מעג, און מוז, נעמען מהלכים וואס זענען לטובת הציבור, אפילו ס'וועט זיכער קאסטן פאר געוויסע יחידים זייער לעבן. דאס איז דער א. ב. פון א לאנד ווירטשאפט.

ועוד אפילו א פריוואטער יחיד האט דער פילער רעכט זיך צו שטעלן אויף זיינע רעכטן אפילו ער שטעלט זיך דערמיט איין זיין לעבן (פון א וודאי רעדט מען נישט דא). און דער מקור איז דער וואכעדיגער פרשה פון הבא במחתרת, והבן זה.

ועוד והיא העיקר, כלליות'דיג גערעדט זענען זיי זיך גאר מקבל נפש. מיט די יעצטע מצב, ווי אידן גייען מיט די אייגענע הענט זיך בויען אן אייגענעם זעלבסטשטענדיג לאנד, איז טראץ דער בלוטיגער פרייז, שטייען מיר נאך אסאך בעסער ווי די לעצטע צוויי טויזנט יאר. הלוואי אויף אונזערע עלטערן די דאזיגע סכנות.
אויב עפעס, זאגן זיי: יעבור ויחיה ואל יהרג.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 9:06 pm

ועוד, לדברי שמעקעדיג ו'ליטוואק: (זיי האבן ביידע אזויפיהל געזאגט לעצטנס, אז ס'איז שוין באלד נישט דא קיין פלאץ אויפ'ן פעידזש.): לויט די אראבערס איז פונקט אזוי שלעכט ווען א איד וואוינט אין תל אביב אדער ירושלים. אדער חיפה. אדער צפת. איז, סיי וואו א איד וועט וואוינען אין ארץ ישראל, וועט ער זיין אויסגעשטלעט צו די שנאה און פאטענציעלע רציחה פון די אראבערס, ימח שמם וזכרם. ממילא. קומט אויס אז א איד קען נישט וואוינען אין פאלעסטינע. איז דאך א סתירה. די פוילישע אנטיסעמיטן, ימ"ש האבן פאר די צווייטע וועלט מלחמה געשריגן אויף די אידן..."זשידזשי דא פאלעסטינא"...אידן, גייטץ קיין פאלעסטינא. און די אראבערס שרייען אידן גייטס צוריק קיין אוישוויץ. קומט אויס אז אויב אונז וויל מיר לעבן ..."בשלום"...מיט, און נישט ארויפברענגען, דעם צארן פון די שונאי ישראל קענען מיר נישט וואוינען אין ערגעץ. איז נישט דא קיין אנדערע ברירה ווי אנצופייפן די אלע שונאי ישראל. און זיך באשיצן, בעז"ה די בעסטע וועג וואס א מענטש קען טון...!...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום פרייטאג פעברואר 09, 2018 1:00 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9298 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 9:38 pm

שכח @שמעקעדיג פאר די שיינע הסברה רייד

בינעך נייגעריג צו דער ליטוואק ווען עס זאל זיך יאווען א גרופע ברסלבע גלייבער אין אומאן וואס זאלן הייסן זייערע מענטשען קינדער און פרויען פארן קיין אומאן אפילו עס מאכט זיך יערליך עטליכע מאל א יאר אויף די סארט עראפלאנען ווי זיי פארן זאל זיין אויפרייס באמבעס און מען באצאלט מיט די לעבן פארן נסיעה,
צו דער ליטוואק וואלט זיי אויך פארשטאנען
לדעתי איינער זאל אזאנס פרעדיגן אין מוחות בני אדם וואלט מען פארשטאנען אז דער איז א רודף און פארהאסטעדזשט מענטשן לסכנת הריגה אויף שגעון.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], חמלה גדולה און 11 געסט