בלאט 1 פון 1

ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 6:54 pm
דורך יהודי פשוט
הגה"צ ר' שמואל אויערבך זצ"ל איז נפטר געווארן דעם שבת קודש פארטאגס נאכ'ן אדורך גיין א קארדיאק אררעסט ביי זיך אין שטוב אינמיטן די נאכט, הצלה איז גערופן געווארן און זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף איהם און זיי האבן איהם אריינגעפירט אין שערי צדק שפיטאל ווי עס איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז שוין נישט בין החיים, פאר'ן פטירה האט זיין דרייווער ישראל וויזל געזאגט מיט איהם ווידוי ווארט ביי ווארט.
די ראש ישיבה זצ"ל איז געווארן 86 יאר אלט פארגאנגענעם יום הקדוש.
די לויה וועט ארויס גיין מארגן אינדערפריה 11:00 (ארץ ישראל'דיגע צייט) פון זיין ישיבה מעלות התורה.
[center]וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם![/center]