אמעריקאנער אויסערן מיניסטער געשיקט לופטערן דורכן פרעזידענט.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

אמעריקאנער אויסערן מיניסטער געשיקט לופטערן דורכן פרעזידענט.

שליחה דורך קאך_לעפל »

וואשינגטאן הבירה - פארט אצינד אויף רעדער, ווארום דער פרעזידענט יר''ה וועלכער איז ברייט באקאנט מיט זיין קאנטערווערסיאלע שריט, האט אצינד אין א פרעצעדענטלאזע שריט אויפגעזאגט זיין אויסערן מיניסטער רעקס טיללערסאָן וועלכער האט ביז היינט אינדערפרי געדינט אלס דער העכסטער אמעריקאנער דיפלאמאט אין לאנד.

די גענויע אורזאכן פונעם באשלוס פונעם פרעזידענט זענען ווארשיינליך נישט אזוי באקאנט פארן אלגעמיינעם פובליקום. ווארום דאס איז זיכער אז באטיטלן זיין געוועזענער קאמאנדיר און טשיף אלס א מאראן, האט באשיינפערליך געשפילט אלס מערקערווערדיגער פאקטאר, וועלכע האט פול צוגעגעבן צו די ענדגילטיגע דעזיציע פונעם פרעזידענט אים צו שיקן לופטערן, און ווארפן צו די הינט. אפגעזען פונעם פאקט אז דער פרעזידענט איז טאקע ווירקליך א מאראן.

דער פרעזידענט יר''ה האט ווי דער שטייגער גייט אין וואשינגטאן, גאר שטארק אויסגערימט טיללערסאָן איבער זיינע אנגעבליכע גראנדיעזע אויפטוען אויפן פאלטישען פראנט. אבער פאר די וואס ווייסן עטוואס ווי אזוי וואשינגטאן ארבייט ווירקליך, פארשטייען גאר גוט אז דאס איז בלויז פוסטע רייד, וועלעכע פארמאגן נישט די מינדעסטע צוזאמהאנג מיטן ווירקליכן ריאליטעט.

דער פרעזידענט האט גלייכצייטיג באשטימט זיין געשוואוירענעם גוטען פריינד, וועלכע זעט זיך שטענדיג מיט אים אויג צו אויג, מייק פּאָמפּעאָ, דער געוועזנער דירעקטאר פון די צענטעראלע שפיאנזש אגענטור אלס דער נאכפאלגער פון טיללערסאָן.

מאנכע אין וואשינגטאן האבן זיך געהויבן די ברעמען מיט שטוינונג' איבער די מאדנע דעציזיע פון שטעלן א באקאנטען ארכי שפיאן וועלכע האט אנטייל גענומען אין פולע געהיימע טינקעלע אקטיוועטעטן' אלס הויפט אמעריקאנער דיפלאמעט, וועמענס הויפט ציל דארף פילייכט זיין צו פארמערן פרידן און סטאבילעט איבער דער וועלט, וואס דאס איז אקוראט דאס פארקעטע פון שפיאנאזש. נאר וואס דען? אויף קיין מאראן איז קיין קישות נישט פארהאן. אלזא אן עפאכע פון דיפלומאטיע אונטערגעשלאגן מיט שפיאנאזש אינטריגעס זעט זיך אצינד אויפן האריזאנט. ג-ט בענטש אמעריקע.

אלס דער דירעקטער פון די צענטעראלע שפיאנזש אגענטור האט דער וואנזיגער פרעזידענט יר''ה באשטומט די געהיימע און מיסטיריעזע פרוי זשינא העספעל, וועלכע איז ברייט באוויסט אין די קארידארן פון די געהיימע שפיאנאזש וועלט אלס א ברוטאלע שלעגער וועלכע האט נישט קיין פארגלייך. זי האט דעם אַבו זובייַדאַה דער באוויסטער על קעידה פס-קיצווע'ניק פארוואנדלדט פאר א ווירקליכער שתום העין אין א געהיימע שווארצע סי. איי.עי. טורמע אין טיילאנד. אבער אז מ'דערלעבט דערלעבט מען זי איז היינט צוטאגס דער הויכגעשעצטער דירעקטאר פון די עהרנפולע סי.איי.עי.

ג-ט בענטש אמעריקע... די לאנד וואס איז ליב... פון די בערג... ביז די טאלן... ביז די אקאנען באדעקט מיט שוים....

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר