אמעריקאנער אויסערן מיניסטער געשיקט לופטערן דורכן פרעזידענט.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך מערץ 14, 2018 7:05 pm

אונטער חכם האט געשריבן:פרא טאריף איז אויך א רעפובליקאנער זאך?

טראמפּ איז יא א רעפאבליקאנע זאך?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 14, 2018 7:42 pm

הוי. צר לי עליך, אחי. שבת אחים הקדוש והטהור, שליט"א: איך בין גרייט אויפצוגעבן אויף דיר. 2 זאכן. ווייל אזוי ווי אונז האמיר שוין געשמועסט. אז קורץ פאר די תקופה פון די נאציס, ימ"ש זענען געווען די אלערליי פארשידענע גרופס וואו די מיס-גיידעד (פארפיהרטע) אידעאליסטישע יוגנט איז געווען אריינגעטון ראשם ורובם אין זיין אקטיוו צו ברענגען סאציאלע גערעכטיגקייט אויף די וועלט. און זיי האבן געזאגט אט ממש די זעלבע וואס דו זאגסט. אז זייערע עלטערן זענען פארשימלטע אלטע לייט און זיי האבן קינדערישן שכל (א תרתי דסתרי). אבער אונז יונגע חברה וועללן קעמפן פאר גערעכטיגקייט פאר א יעדן. ווייל די היינטיגע וועלט איז נישט אזוי ווי די אמאליגע...און זיי זענען אלע נעבעך אוועק מיט'ן רויעך פון די קרעמאטאריום'ס פן אוישוויץ/בירקענאו. און זייערע סאציאליסטישע חברים האבן נישט אויפגעהויבן א פינגער זיי צו ראטעווען. אויב עפעס האבן זיי נאך צוגעהאלפן און מקדים געווען די נאציס אין די פארניכטונג פון זייערע אייגענע בעסטע חברים, וואס זיי האבן ערשט נעכטן געשוואוירן אייביגע געטריישאפט צו ברענגען גערעכטיגקייט אויף די וועלט...!

אויך ביי די קאמוניסטן, אונטער סטאלין'ס טעראריסטישע ממשלה. האבן די אלע צום טויט-פארמשפט'ע מענטשן, נעבעך אין די לעצטע מינוטן פון זייער לעבן. פאר מ'האט זיי געשאסן, געזאגט..."אוי. אויב דער גרויסער און אמת'ער פיהרער סטאלין וואלט געוואוסט פון אונזער מצב, וואלט ער אונז זיכער געראטעוועט"... און זיי האבן מצדיק את הדין געווען. נישט וועלנדיג גלייבן אז סטאלין איז גאר געשטאנען אונטער די אלע רציחות. און זיי זענען אפגעטון געווארן אויף זיין באפעל...!

נ.ב.: אלעס וואס איך זאג דא האביך געליינט. איך האב ב"ה געטון א ביסל ריסוירטש אין די עניינים. ווייל איך האב געהאט עטליכע שטארקע חקירות און ספיקות. און איך האב געוואלט דערגיין דעם אמת..שטאטס חקרנ'ען אין די קדמוניות העולם. און ליינען אנדערטהאלבן אפיקורס'ישע ביכלעך. און גלייבן אין די אלע שטותים און נארישע, וואנזיניגע טעאריעס פון טשארלס דארווין וחבריו. גלייב איך ענדערש אין די מערסטע לאגישע זאך. אין בריאת העולם דורך דעם הייליגן באשעפער. אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה הקדושה...נישט אין די שטותים והבלים פן די אפיקורסים למיניהם. זיי זענען אזוי ווי די חרטומי פרעה. זיי האבן עפעס געזעהן. אבער זיי האבן נישט געהאט קיין אייגענעם שכל צו פארשטיין דעם פשט פון דעם און ארויסברענגען די אמת'ע פאקטן...!

דער ילקוט מעם לועז פון ר' יעקב כולי ז"ל ברענגט זייער א שיינעם משל אויף דעים. אבער איך גיי עס דא נישט אראפברענגען...! סאו. העוו עי נייס לייף. איך האב שוין אויפגעגעבן אויף דיר. איך גיי דיר דא שרייבן א פסוק אויף ענגליש. וואס כ'האב אמאל געזאגט פאר א נאאיוון, אידישן ליבעראל פונקט אזוי ווי דו...!
..."You are going to stand in the line with the rest of us"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12276
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13654 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7831 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 14, 2018 8:47 pm

אין זאך קען איך דיר זאגן ר' בערל, דו ביזט א מומחה אין צאמפלעכטן אזוי שיינערהייט דברים של טעם מיט דברים של רוח. מ'דארף זייער שטארק האלטן קאפ, ווייל אינמיטן רעדן שטותים קענסטו געבן אזוי קונסטליך א דריי אריין אזעלכע שיינע פערל ווערטער, וכן להיפך. כה לחי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1305
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 14, 2018 8:51 pm

רביה"ק זי"ע: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז איך בין כמעט אראפגעפאללן פון מיין בענקל. אבער דו זאגסט דברי אמת וצדק... :like
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12276
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13654 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7831 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: איסר האטלקי און 7 געסט