די פטירה פון וויזשניצער רבי'ן אין אן אלטעירנעטיוו יוניווערס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

די פטירה פון וויזשניצער רבי'ן אין אן אלטעירנעטיוו יוניווערס

שליחה דורך גדליה »

אין מאנסי איז די וואך נפטר געווארן הרה"ח הישיש הנגיד ר' מרדכי (מאטל) האגער ז"ל אין טיפן עלטער פון 95 יאר.
ר' מרדכי איז געווען אן אמת'ער פארצייטישער איד פון פריערדיגן דור. ער איז געבוירן געווארן בעפאר'ן קריג אין גרויסווארדיין צו זיין פאטער הרה"ח ר' חיים מאיר האגער ז"ל, פון די געהויבענע וויזניצער אידן, וועלכער האט זיך שפעטער אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל.
ר' מרדכי איז געווען א תלמיד פון סעקעלהידער רב און פון דער סאטמארער רב, זכר צדיקים לברכה. אויף דער עלטער פלעגט ער דערציילן פארשידענע עובדות וואס ער האט צוגעזען ביי זיינע רביים.
ר' מרדכי איז געווען באקאנט אלס א געווייקטער חסידישער איד, מען פלעגט אים רופן בלשון חיבה, ר' מאטל. אלע אידן אין מאנסי האט געוואוסט צו זאגן פון דעם פארצייטישן ר' מאטל. מענטשן דערציילן אז עלטערן פלעגן ווייזן מיט די פינגער פאר זייערע קינדער אויף דעם עלטערן ניינציג יעריגן איד מיט די ווייסע בארד, "זעסט? ר' מאטל איז אן אמת'ער ערליכער איד פון פריערדיגן דור."
ר' מאטל האט כל ימיו געדאוונט אין דער גרויסער וויזניצער בית המדרש אין מאנסי, וואו ער האט זיך קובע מקום געווען אויף א בכבוד'יגע פלאץ אויפ'ן אויבן אן, הארט נעבן דעם בעל תפילה. מען האט אים צוגעשטעלט א שיין באקוועמען בענקל צוליב זיין הויכע עלטער.
אין בית המדרש האט מען אפט געזען ר' מאטל פארברענגען, מאכן א לחיים, עסן א שטיקל קוגל, דערציילן סיפורי צדיקים און נאכזאגן חסידישע תורות. יונגעלייט און בחורים פלעגן זיך קלאמערן ארום אים כדי צו הערן וואס ער האט צו פארקויפן.
אייניקלעך געבן איבער אז דער זיידע ר' מאטל האט געהאט טעגליכע שיעורים פון עטליכע בלאט גמרא אויף וואס ער האט קיינמאל נישט מוותר געווען. מענטשן וואס האבן אים געקענט זאגן אז ר' מאטל איז געווען א ש"ס איד, ווי די פארצייטישע אידן וועלכע פלעגן לערנען ש"ס אויפ'ן סדר בבקיאות, איינמאל נאכ'ן צווייטן, אן צופיל אריינטראכטן אויב מען פארשטייט די גמרא. אויף דער עלטער פלעגט ר' מאטל הערן טעיפס אויף ש"ס פון דעם בארימטן מגיד שיעור הרה"ג ר' מיכל זילבער שליט"א.
ר' מאטל איז געקומען קיין וויליאמסבורג שוין א שיינע פאר יאר נאכ'ן קריג, אין וועלכן ער האט פארלוירן א גרויסן טייל פון זיינע קרובים, אריינגערעכנט פעטערס און קוזינען. זיין פאטער, ר' חיים מאיר, איז יא געבליבן לעבן.
עטליכע יאר נאכ'ן קומען קיין וויליאמסבורג האט ר' מאטל באשלאסן אז ער גלייכט נישט דעם שטאטישן לעבן, און ער האט זיך אריבערגעצויגן אינדרויסן פון שטאט, אין דעם דעמאלטדיגן שטעטלישן מאנסי. ר' מאטל האט מיטגעשלעפט מיט זיך עטליכע ידידים, און דאס האט שטארק צוגעגעבן צו דעם אנטוויקלונג פון דער היימישער ישוב אין מאנסי, וועלכע איז באשטאנען דעמאלט פון בלויז עטליכע הונדערט משפחות, און האט זיך שטארק צוברייטערט און צואוואקסן אין די לעצטע דרייסיג יאר.
אלס א פארצייטישער איד האט ר' מאטל געהאט פארשידענע קפידות און מנהגים וואס ער האט מיטגעברענגט פונדערהיים. ער האט זייער נישט געגליכן אז מען זאל כאפן בילדער. מענטשן פלעגן זיך אונטערשמייכלען ווי היינט פארמאגט שוין סייווי יעדער איינער א קאמערא ביי זיך אין טיש (ווי אויך וואטסעפפ און טעלעגראם און גוגל) אבער ביי ר' מאטל'ען איז נישט געווען קיין מעשיות. ער האט געוואוסט פונדערהיים אז מען שטעלט זיך נישט פאר קיין בילד, און ער האט נישט גורס געווען אז "אין אמעריקע קען מען נישט".
עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז ער פלעגט נישט גיין צו קיין חתונות און מסיבות אפילו פון נאנטע מענטשן אויב האט מען געכאפט בילדער דארט. מאנכע האבן עס אנגעקוקט אלס א גאווה און שחצנות, אבער די נאנטע מענטשן האבן פארשטאנען אז דאס קומט פון זיין תמימות און ערליכקייט, און נישט ח"ו פון גרויסהאלטערישקייט.
ר' מאטל איז געווען באקאנט מיט זיין פרומקייט און זיין עקשנות אנצוהאלטן די מסורה. מאנכע פלעגן אים באטראכטן אלס א שווער מענטש, אבער דאס איז אוודאי געקומען פון זיין עקשנות נאכצוגיין מיט דער זעלבער תמימות פון דער אלטער היים.
אלס יונגערמאן איז ר' מאטל אריין אין ריעל עסטעיט, וואו ער האט שטארק מצליח געווען. ער האט געשאפן שותפות'ער, אינוועסטירט אין בנינים, און עווענטועל איז ער געווארן א מיליאנער. עס איז נישט באקאנט אז ער זאל האבן געטיילט גרויסע סכומים צדקה, אבער קיין קארגער איז ער נישט געווען, און פאר די קינדער און אייניקלעך האט ער געטיילט מיט א ברייט הארץ.
ר' מאטל האט געהאט פארשידענע משפחה סכסוכים מיט א ברודער פון ארץ ישראל, וואס לויט פארלעסליכע מקורות איז עס נישט געווען ר' מאטל'ס שולד. משום כבוד המשפחה וועלן מיר נישט אריינגיין דערין, בפרט אז זיי האבן זיך שפעטער אויסגעגליכן אין די אכציגער יארן. אסאך משפחה און גוטע פריינט האבן זיך דעמאלט זייער געפרייט אז צוויי אכציג יעריגע ברידער, וועלכע האבן פארלוירן נאנטע משפחה קרובים ביים קריג, האבן ענדליך שלום געמאכט.
ר' מאטל האט איבערגעלאזט פערצן קינדער, אלע חשוב'ע בני תורה און ערליכע אידן, צווישן זיי איין זון וואס איז אוועק בחייו ל"ע.
ר' מאטל וועט געדענקט ווערן אלס א פארצייטישער איד מיט א תמימות'דיגע חן און אן עקשנות אנצוהאלטן די מסורה פון די פריערדיגע דורות און אלס איינער וואס האט איבערגעלאזט א גאר חשוב'ע ערליכע שטוב, וועלכע באשטייען פון די סמעטענע אין וויזניץ. אז מ'זאגט אויף א יונגערמאן אז ער איז א "האגער", אן אייניקל פון ר' מאטל, ווייסט מען גלייך אז דא האנדלט זיך פון א חשוב'ן יונגערמאן.
ר' מרדכי איז באגלייט געווארן צו זיין אייביגן רוה דעם פארגאנגענעם ערב שבת קודש, און מען האט אים באהאלטן אין וויזניצער בית החיים אין מאנסי.
זיינע קינדער זיצן שבעה ביז סוף וואך. מ'בעט דער עולם זאל אהינגיין דאווענען ווייל מ'דארף האבן א זעקס-זיבן מנינים.
יהא זכרו ברוך.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר