יוהאן וואן הולסט -אויפריכטיג צוווישען די פעלקער- בא-אומלעבט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

יוהאן וואן הולסט -אויפריכטיג צוווישען די פעלקער- בא-אומלעבט

הודעהדורך בן נריהו » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 1:18 pm

א דענישע סעמינאר פירער, וועלכע האט גערעטעט הונדערטער יידישע יונגווארג פון די נאציס, איז בא-אומלעבט געווארן אין זיין 108'טע יארגאנג.

יוהאן וואן הולסט, וועלכע איז דערנאך געווארן ערוויילט אלץ א סענעטאר אין נעדערלאנד, האט גערעטעט אריבער 600 יידישע יוגענטליכער אין אמסטערדאם דורכאויס די שואה.

ער איז אנערקענט געווארן אין יארע 1972 אלץ אן "אויפריכטיגע צווישען די פעלקער" - אן עהרן נאמען פאר נישט-אידן וועלכער האבן געהאלפן רעטן יידן פון אומקום דורכאויס די נאצישע שלאכט.

דער ישראלישע פרעמיער בנימין נתניהו האט בערימט וואן הולסט ביי א באזוך אין נעדערלאנד אין יארע 2012, עם זאגענדיג "ביי אונז זאגט מען אז דער וואס רעטעט איין לעבן - רעטעט די גאנצע מענטשהייט. דו האסט גערעטעט הונדערטע מענטשהייטן. איך וויל דיך באדאנקען אין דעם נאמען פון די יידישע פאלק, אבער אויך אין דעם נאמען פון דאס מענטשהייט."

ער האט גערעטעט די קינדער זייענדיג דער אנפירער פון די פראטעסטאנטישע שולע וואס איז געוועהן פונקט קעגן איבער פון ווי עס איז באשטאנען א קינדערגארטן וואס איז געווען גענוצט דורך די נאציס צו פארהאלטן יונגע יידן בעפאר מען האט זיי געשיקט אויף אומקום.

אויב זענען געוועהן צופיהל קינדער אינעם קינדערגארטן, האבן די דייטשן אפגעטיילט די קינדער אונטער 12 יאר און זיי געשיקט צו וואן הולסט'ס שולע אויף אויפהאלט.

וואן הולסט האט דאן אוועקגעשטעלט א סיסטעם צו באהאלטען טייל פון די קינדער איבער די שטאט, טיילמאל דורך זיי שמוגלען אין זעק אדער סעניעש האלטערס.

אויב האבן עם די דייטשן 30 קינדער געשיקט, נאר 25 האט ער דערקלערט.

ער האט זיך געמוזט באהאלטן אין 1945 ווען א קאלאברירער האט איהם אויסגעגעבן.

נאך די קריג, האט ער געדינט אלץ סענעטאר צווישען די יארן 1956 און 1981 אין דער קריסטיען דעמאקראטישע אפיעל פארטיי.

וואן הולסט, אבער, האט אלץ געפילט אז ער האט נישט געטאן גענוג.

אין 2015 האט ער געזאגט אז ער טראכט אימער פון וואס ער האט "נישט" געטאן ווי איידער פון וואס ער האט יא געטאן.

נעדערלאנד האט אריבער 5000 "אויפריכטיגע פון צווישען די פעלקער", די מערסטע נאך פוילאנד.

ער איז בא-אומלעבט געווארן אום מערץ 22, לעצטע וואך.
בייגעלייגטע פיילס
וואן הולסט.jpg
וואן הולסט, שטייט לינקס, אין סענאט
בן נריהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 1:30 pm

געשרעבּען מעט א נעדערלענדעשער עקצענט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 588 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 3:14 pm

זייער שיין. א דאנק פאר'ן באשרייבן!
קורקלענד האט געשריבן:געשרעבּען מעט א נעדערלענדעשער עקצענט?

ווארט נאר אויף ר' בערל. ער שארפט זיך שוין זיכער דאס פענע אריינצוגעבן דעם הערר-בן-נריהו אין באבענ'ס באבן אריין.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14748
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17044 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17481 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 4:24 pm

איך וועל עס מאכן קורץ: רפו''ש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5440
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2450 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 5:46 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:געשרעבּען מעט א נעדערלענדעשער עקצענט?

ווארט נאר אויף ר' בערל. ער שארפט זיך שוין זיכער דאס פענע אריינצוגעבן דעם הערר-בן-נריהו אין באבענ'ס באבן אריין.


שמעקעדיג: ייש"כ. איך האב צוערשט געוואלט זאגן אז דו האסט רח הקודש. אבער איך האבמיך דערמאנט וואס אונזערע הייליגע חז"ל זאגן.."חכם עדיף מנביא"...!
אזוי ווי איך האב נאר געזעהן דעם נאמען פון דעם טייערן בעל המימרא, האבן זיך מיינע ראקעטן אנגעצונדן...! הגם ער געט איבער גאנץ א פרייליכן און אינספירירנדן רעפארט. איז אבער דער סטייל און אופן וויאזוי ער באשרייבט עס פאררוקט און פארדרייט . אזוי ווי שטענדיג.

די העדליין אליינס. וואו ער זאגט אז דער "חסיד אומות העולם"...(נאך גענץ גרינג געווען צו דעשיפרירן.) אבער דאס ווארט ..."בא-אומלעבט"...איז פאררוקט און פארדרייט כדרכו ב'הבל...!

אין דיזע צויטע ווירד איך מיך וואללען אדדרעססירן צו דען געעהרטן הער נריה בען. ווען זי קיינע מאלצייטן פערנוצט האבען אום פארלויף פון מערערע שטונדן. אונד זי נאכהער דען קערפערליכע פערלאנג צופרידנשטטעללען. וואלטן זי געזאאגט דאס זי אונ-הונגריג געווארן זינט...?!

יא: הער מיך אויס. אצינד וועל איך רעדן צו דיר מאמע לשון. כ'האב דיר שוין צענדליגע מאל געזאגט..."קענסטו רעדן ווי א נארמאלער מענטש, איז גוט. אנישט רעד נישט. ווייל דו מאכסט פאר איעדן (פאר מיר, זיכער. שטארקע קאפווייטאג מיט דיינע פארדרייטע און פארקרומטע לשונות. כ'פארשטיי נישט. דו ווילסט זיין .."קיוט"... דו האסט שוין יוצא געווען לכל הדיעות. און פארדריי דיר דיין קאפ...יא....!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11392
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

Re: יוהאן וואן הולסט -אויפריכטיג צוווישען די פעלקער- בא-אומל

הודעהדורך חסיד פון ליטא » פרייטאג מערץ 30, 2018 1:18 am

איך בין שטארק בא-אומפרייליכטעט געווארן הערנדיק איבער דאס בא-אומלעבעניש פון איין וועלטס אויפריכטיגטען פארשוין.
מיינע גענאדע און טרייסט צו די פאמיליע מיטגלידער פון דעם בא-אומלעבעדיקטער.
חסיד פון ליטא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 10 געסט