יוהאן וואן הולסט -אויפריכטיג צוווישען די פעלקער- בא-אומלעבט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

יוהאן וואן הולסט -אויפריכטיג צוווישען די פעלקער- בא-אומלעבט

שליחה דורך בן נריהו »

[center]א דענישע סעמינאר פירער, וועלכע האט גערעטעט הונדערטער יידישע יונגווארג פון די נאציס, איז בא-אומלעבט געווארן אין זיין 108'טע יארגאנג.[/center]
[justify]יוהאן וואן הולסט, וועלכע איז דערנאך געווארן ערוויילט אלץ א סענעטאר אין נעדערלאנד, האט גערעטעט אריבער 600 יידישע יוגענטליכער אין אמסטערדאם דורכאויס די שואה.

ער איז אנערקענט געווארן אין יארע 1972 אלץ אן "אויפריכטיגע צווישען די פעלקער" - אן עהרן נאמען פאר נישט-אידן וועלכער האבן געהאלפן רעטן יידן פון אומקום דורכאויס די נאצישע שלאכט.

דער ישראלישע פרעמיער בנימין נתניהו האט בערימט וואן הולסט ביי א באזוך אין נעדערלאנד אין יארע 2012, עם זאגענדיג "ביי אונז זאגט מען אז דער וואס רעטעט איין לעבן - רעטעט די גאנצע מענטשהייט. דו האסט גערעטעט הונדערטע מענטשהייטן. איך וויל דיך באדאנקען אין דעם נאמען פון די יידישע פאלק, אבער אויך אין דעם נאמען פון דאס מענטשהייט."

ער האט גערעטעט די קינדער זייענדיג דער אנפירער פון די פראטעסטאנטישע שולע וואס איז געוועהן פונקט קעגן איבער פון ווי עס איז באשטאנען א קינדערגארטן וואס איז געווען גענוצט דורך די נאציס צו פארהאלטן יונגע יידן בעפאר מען האט זיי געשיקט אויף אומקום.

אויב זענען געוועהן צופיהל קינדער אינעם קינדערגארטן, האבן די דייטשן אפגעטיילט די קינדער אונטער 12 יאר און זיי געשיקט צו וואן הולסט'ס שולע אויף אויפהאלט.

וואן הולסט האט דאן אוועקגעשטעלט א סיסטעם צו באהאלטען טייל פון די קינדער איבער די שטאט, טיילמאל דורך זיי שמוגלען אין זעק אדער סעניעש האלטערס.

אויב האבן עם די דייטשן 30 קינדער געשיקט, נאר 25 האט ער דערקלערט.

ער האט זיך געמוזט באהאלטן אין 1945 ווען א קאלאברירער האט איהם אויסגעגעבן.

נאך די קריג, האט ער געדינט אלץ סענעטאר צווישען די יארן 1956 און 1981 אין דער קריסטיען דעמאקראטישע אפיעל פארטיי.

וואן הולסט, אבער, האט אלץ געפילט אז ער האט נישט געטאן גענוג.

אין 2015 האט ער געזאגט אז ער טראכט אימער פון וואס ער האט "נישט" געטאן ווי איידער פון וואס ער האט יא געטאן.

נעדערלאנד האט אריבער 5000 "אויפריכטיגע פון צווישען די פעלקער", די מערסטע נאך פוילאנד.

ער איז בא-אומלעבט געווארן אום מערץ 22, לעצטע וואך.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
וואן הולסט, שטייט לינקס, אין סענאט
וואן הולסט, שטייט לינקס, אין סענאט

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר