ויהי בימי אחשוורוש

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 998
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

ויהי בימי אחשוורוש

שליחה דורך אונטער חכם »

די וועלט איז געשטאנען אנגעצויגן די לעצטע פאר טעג נאכדעם וואס א כעמישע אטאקע איז פארגעקומען אין סיריע, און אמעריקע, און נאך לענדער, האבן געסטראשעט מיט אן ענטפער, און רוסלאנד האט צוריקגעסטראשעט, אזש עס האט געקענט אויסזעהן ווי אן ערנסטער מלחמה גייט דא אויסברעכן.

דער הויכפונקט איז געקומען ווען דער ירום הודו האט נעכטן פארטאגס געשריבן אויף טוויטער ווי פאלגענד:
Russia vows to shoot down any and all missiles fired at Syria. Get ready Russia, because they will be coming, nice and new and “smart!” You shouldn’t be partners with a Gas Killing Animal who kills his people and enjoys it!

פון דא איז יעדער געווען זיכער אז עס איז שוין נישט דא קיין וועג צוריק, אן ערנסטער אטאקע וועט זיכער קומען, כאטש מען איז שוין צוגעוואוינט אז זיינע טוויטס מוזן נישט דווקא מיינען עפעס, איז מען אבער זיכער געווען אז אזא ערנסטע זאך איז זיכער נישט געווען אבי ארויסגעשאסן, רוסלאנד האט טאקע ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אז זיי פירן נישט קיין דיפלאמאטיע אויף טוויטער, אבער מען האט עס אנגענומען ווי סתם א טשעפע פון זייער זייט.

שטעלט זיך ארויס אז רוסלאנד איז שוין איינמאל גערעכט געווען.

היינט אינדערפרי האט דער פרעזידענט ארויסגעטוויט:
Never said when an attack on Syria would take place. Could be very soon or not so soon at all! In any event, the United States, under my Administration, has done a great job of ridding the region of ISIS. Where is our “Thank you America?”
אויף אידיש זאגט מען עס: א גוטן מועד.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר