דער קאנגרעסיאנאלער פארהער פון ר' מרדכי אלי' צוקערבערג, זז"ג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

דער קאנגרעסיאנאלער פארהער פון ר' מרדכי אלי' צוקערבערג, זז"ג

שליחה דורך berlbalaguleh »

די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען דער קאנגרעסיאנאלער פארהער איבער די מעשים טובים און פעולות פון דעם באקאנטן אידישן ביליאנער ר' מרדכי אלי' צוקערבערג הי"ו.

אין די פאליטישע וועלט האטציך געטון אן ערנסטע סומאטוכע איבער דעם פאקט אז ר' מרדכי אליהו'ס פירמע: "פעיסבוק"... האט פארקויפט די פריוואטע, און צומאל סקאנדאליעזע, אינפארמאציע פון די מעמבערס וועלכע טוען קארעספאנדירן אויף זיין וועב זייטל, אן זייער וויסן אדער רשות. אנגעבליך פאר א רוסישע קאמפיוטער פירמע וועלכע טוען אין העקינג און אנדערע מעשים טובים. איינס פון זייערע אקטיוויטעטן איז נעמען די פריוואטע און אינטימליכע אינפארמאציע פון די (קלוגע) מענטשן וועלכע קארעספאנדירן דארט און דאס אנאליזירן, און ארויסציען פון דעם אלערליי מסקנות. וואס ס'איז נוגע לעניננו איז אז אט די רוסישע פירמע האט גענומען די פריוואטע אינפארמאציע פון די מענטשן און דאס אנאליזירט ווער פון זיי ס'וועט מסתמא וואוטן פאר פרעזידענט דאנאלד טראמפ, און מ'האט זיי אנגעהויבן באמאבארדירן מיט אלערליי (אומגעבעטענע) פראפאגאנדע. אבער ווען מ'הייבט אן קראצן קומט ארויס אלערליי אנדערע אומגעוואונטשע זאכן. שטעלט זיך ארויס אז דער בעה"ב פן פעיסבוק האט פרעזידירט איבער די אקציעס פון העקן און דעיטא מיינינג פון איבער 78 מיליאן מענטשן. נישט נאר פאר די געברויכן פון די רוסישע אנאליטיקא פירמע, נאר אויך פאר אנדערע, קאמערציעלע צוועקן.

דאס האט שוין ערוועקט דעם געשפרעך פון די מידיא, און פון דארט איז עס אנגעקומען צו די אויערן פון די פיהרערס פון קאנגרעס. זיי זענען געווארן אויפגעברויזט אויף אזא חוצפה פון א יונגערמאן, וועלכער שארט נאך ביליאנען אין די זייט. וחמתם בערה בהם.

האבן זיי פאררופן א קאנגרעסיאנאלן פארהער. ערשטנס איבער די חוצפה פון אינוואדירן די מענטשן'ס רעכטן צו פרייוועסי. והשנית, אויב ס'איז דא א יונגערמאן א ראצער וואס מאכט אזויפיהל געלט (בליעה"ר) וואו איז דער שותף. די רעגירונג. לאמיר בודק זיין צו ער צאלט גענוג טעקס.

ויהי היום, און מ'האט ארויסגעשיקט א קאנגרעסיאנעלע סובפינא פאר ר' מרדכי אליהו'ן, וואו מ'לאדנט איהם איין צו קומען זיך אדורכשמועסן מעניני דיומא. ער האט דאך ב"ה גענוג און נאך עצה געבערס. האט ער זיך שואל עצה געווען כדת מה לעשות. א 32 יעריגער יונגערמאן און ר'האט שוין אונטער זיך א געשאצטע סומע פון 62.5 ביליאן דאללער, קע"ה, גייט זיך שטעללן צו א פארהער פאר די געשליפענסטע און געריבנסטע פאליטישנס פון אמעריקע. ער האט אביסל געציטערט, האבן איהם זיינע יועצים גע'עצה'ט ווי פאלגענד: ס'איז דא א פסוק (איך קען מיך עס נאר יעצט נישט דערמאנען) אז פאר א פריץ א הערשער זאלל מען זיך נישט באשיינען. אשר על כן האבן זיינע יועצים געזאגט צו איהם לאמר, אזוי צו זאגן. אויב דו וועסט ערשיינען פאר זיי מיט א טייערן סוט פון $5,000 דאלער, למשל, און א זיידענע נעקטיי, וועסטו אנצינדן זייער כעס און קנאה. ס'הייסט א ראצער און ער גייט נאך אזוי שיין אנגעטון און ער לאכט פון די וועלט. דעריבער זאלסטו דיר אנטון אן אלט אויסגעצויגן רעקל וואס דו האסט נאך געטראגן אין ישיבה. און א נעקטיי וואס דו האסט געבארגט פון א לעיקוואודער כולל יונגערמאן. און דו זאלסט אנשטעלן א פנים פון א תם. אן אומשולדיג יונגל וואס ווייסט נעבעך נישט וואס מ'וויל פון איהם...

זיין טריק האט טיילווייז געארבעט. איין סענאטאר. נעבעך אן אלטער , פארצייטישער מענטש האט נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס פעיסבוק איז. און ר'האט געזאגט אז ער קען בכלל נישט פארשטיין וויאזוי ר' מרדכי אליהו מאכט אפילו געלט פון זיין אונטערנעמונג. ער האט שטארק רחמנות געהאט אויף איהם. ר'האט איהם שוין געוואלט ארויפלייגן אויף די ליסט פון די תומכי שבת פעקלעך. אבער די אנדערע סענאטארן און קאנגרעסלייט זענען נישט נתפעל געווארן פון זיין תמימות'דיגן פנים. איין סענאטאר האט איהם געפרעגט אויב ער וויל דא פארציילן ברבים אין וועלכען האטעל ער איז איינגעשטאנען. און אנדערע פערזענליכע פרטים. האט ער זעלבספארשטענדליך געענטפערט אז ניין... אט דאס האט דער כיטרער קאנגרעסמאן געוואלט. נו, איז דאך די קשיא פארוואס האט ער עס געטון צו 78 מיליאן מענטשן. נאר כדי צו מאכן א פאר דאללער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר