האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 01, 2018 7:10 pm

בן ישי האט געשריבן:אינטערסאנט וואס זיי גייען טוהן נאכדעם מיט אלע נייע בעטן, בעט געוונט, נעגל וואסער שיסלעך, קישענעס וכו' וואס זיי האבן געקויפט יעצט נייע. (אפשר צוריקגעבן?..)


די קאמפעני קויפט יס צוריק.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 850
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 01, 2018 7:59 pm

אויב האט מען געמיינט אמאל אז כאטשיק מידת החסד איז דא ביי די סאטמורים, קומט דאס פרישן צעטל און פאטשט אין פנים.

עס געדענקט זיך שוין לאנג נישט אזא נידערטרעכטיגן צעטל ווי א היימישע ביהמ''ד זאל מודיע זיין קלאר אז געסט מעגן אפילו נישט איבערטרעטן דאס שוועל, אבער איי געסס אויב מען האט א רב ווי דער מטורף הרב טירנויער איז שוין גאר נישט שווער.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180501-WA0118.jpg
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5787
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2637 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 01, 2018 8:07 pm

רשעות, שקצות, מטורפות, טפשות, קנאה, שנאה, גאוה, שררה, כוחי ועוצם ידי, השפלה, בבת אחת.

כאטש וועלן זיך די בעלזא פרייען אז דער באזוך האט גוט געצילט....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

הודעהדורך newkave » דינסטאג מאי 01, 2018 8:13 pm

סאטמאר איז אלעמאל געווען, און וועט אלעמאל זיין, דאס נידריגסטע פון די נידריגסטע.

עס איז אפילו נישט ווערד עס צו לייגן אויף איין שורה מיט קהילות און חסידות'ע.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 01, 2018 8:22 pm

newkave האט געשריבן:סאטמאר איז אלעמאל געווען, און וועט אלעמאל זיין, דאס נידריגסטע פון די נידריגסטע.

עס איז אפילו נישט ווערד עס צו לייגן אויף איין שורה מיט קהילות און חסידות'ע.

קיינמאל. חסד איז די ערשטע יסוד. ר' משה מנחם איז דער גרעסטער קנאי אין גאנץ סאטמאר. אין רוב סאטמאר זענען זיינע מיינונגען נישט אנגענומען, בלויז ביי די מאנטרעאלע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איסר האטלקי אום מיטוואך מאי 02, 2018 12:46 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 01, 2018 8:24 pm

פארוואס איז דער צעטעל אויף ענגליש? פאר דער עולם איז דאך אידיש בעסער, און פאר דער רעגירונג דארף מען דאך פראנצויזיש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך מר. קלונימוס » דינסטאג מאי 01, 2018 8:36 pm

דאס צעטל זאגט מיר א חבר דארט איז נאר על כל צרה.. אויב וועט ווערן איבערקערענישן מ'קען דאך נישט וויסן... יעדער איז וועלקאם מ'ווארפט קיינעם נישט ארויס
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
מר. קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך newkave » דינסטאג מאי 01, 2018 8:53 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:סאטמאר איז אלעמאל געווען, און וועט אלעמאל זיין, דאס נידריגסטע פון די נידריגסטע.

עס איז אפילו נישט ווערד עס צו לייגן אויף איין שורה מיט קהילות און חסידות'ע.

קיינמאל. חסד איז די ערשטע יסוד. ר' משה מנחם איז א כלב שבכלבים. אין סאטמאר איז ער נישט אנגענומען, בלויז ביי די מאנטרעאלע.


דער אזויגערופענע חסד דארף מכפר צו זיין אויף אלע אנדערע זאכן.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דינסטאג מאי 01, 2018 10:07 pm

איך ווינדער מיר נאר ויאזוי קען שטיין אזא צעטיל מיט די טיטל בנשיאות כ"ק אדמור שליטא.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1099
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 927 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1158 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 01, 2018 10:20 pm

איך אויך האט געשריבן:אויב האט מען געמיינט אמאל אז כאטשיק מידת החסד איז דא ביי די ס''ח קומט דאס פרישן צעטל און פאטשט אין פנים.

עס געדענקט זיך שוין לאנג נישט אזא נידערטרעכטיגן צעטל ווי א היימישע ביהמ''ד זאל מודיע זיין קלאר אז געסט מעגן אפילו נישט איבערטרעטן דאס שוועל, אבער איי געסס אויב מען האט א רב ווי דער מטורף הרב טירנויער איז שוין גאר נישט שווער.


די צעטיל איז א דעת יחיד סהאט געהאגען אפשר 10 מינוט ( גענוג פאר א בילד ) סאטמער האט גערופען בעלז זאגן אז זיי קענען ניצען זייער מקוה.


סתם צו אונדרייען ..,

כהער אז נטורא קרתא גייט מאכן א פראטעסט מוצאי שבת אקעגן דעם שאטער.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 850
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

הודעהדורך גר ותושב » דינסטאג מאי 01, 2018 11:49 pm

איז דא נאך פלעצער וואס מען מאכט א קבלת פנים פארן אשת חבר ? אדער נאר אין בעלז מאכט מען דאס?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מאי 02, 2018 12:08 am

איך אויך האט געשריבן:אויב האט מען געמיינט אמאל אז כאטשיק מידת החסד איז דא ביי די סאטמורים, קומט דאס פרישן צעטל און פאטשט אין פנים.

עס געדענקט זיך שוין לאנג נישט אזא נידערטרעכטיגן צעטל ווי א היימישע ביהמ''ד זאל מודיע זיין קלאר אז געסט מעגן אפילו נישט איבערטרעטן דאס שוועל, אבער איי געסס אויב מען האט א רב ווי דער מטורף הרב טירנויער איז שוין גאר נישט שווער.

העי? מיינסט די בעלזע זענען בעסער? ווייסט וואס זיי האבן געטוהן מיט מיין פעטער ר' משה טובי' גרינצווייג? זיי האבן אים שיער נישט דערהארגעט. אויך פאר גארנישט און פאר נישט, פאר קינדערישע שטותים. ענק בעלזער זענען זיך נאך עני טיים ווערד דאס געלט פונקט ווי אלע אנדערע... האק נישט אין קאפ אריין.

דיין רבי איז געוועהן די "גרעסטע מחוצף" פאר אסאך (רוב) עלטערע חשובע רבנים. א שטייגער ווי די אלטע פאפא רב זצ"ל, דער סקולענער רבי זצ"ל, ר' שלמה באבובער זצ"ל, ר' מאטעלע וויזניצער זצ"ל, וכו' וכו'.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6297
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3711 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך מאי 02, 2018 12:33 am

שמעתי אז זשיבוי'ער רב איז אנטלאפן קיין א"י אויף ל"ג בעומר. ס'מיר אינטערעסאנט ווייל כ'האב געמיינט אז ער איז מער א מעסיגער.
קען זיין ער האט באקומען פרעשור
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2650
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2745 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך מאי 02, 2018 1:36 am

איך האב געהערט אז ר ישעי יעקב פארטוגאל איז אויך אוועקגעפארן.
אויפן זשיבויער זעה איך נישט וואס עס זאל זיין שווער, ער זוכט נישט קיין קאפ ווייטאג.
טאשער רבי דרייט מען שוין אראפ דעם קאפ די לעצטע פאר וואכן אז ער זאל נישט גיין און עס זענען שוין אפילו געווען פאשקעווילן נאך פארן גיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אונטער חכם אום מיטוואך מאי 02, 2018 2:04 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך מאי 02, 2018 1:39 am

אונטער חכם האט געשריבן:איך האב געהערט אז ר ישעי יעקב פארטוגאל איז אויך אוועקגעפארן.
אויפן זשיבויער זעה איך נישט וואס עס זאל זיין שווער, ער זוכט נישט קיין קאפ ווייטאג.
מיילעך טאשער דרייט מען שוין אראפ דעם קאפ די לעצטע פאר וואכן אז ער זאל נישט גיין און עס זענען שוין אפילו געווען פאשקעווילן נאך פארן גיין.

וואס גייט דיך אן אים צו ריפן טאשער רבי? ס'איז דאך נישטא קיין צוויי מ'זאל זיך קענען טועה זיין
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2650
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2745 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך מאי 02, 2018 2:04 am

פארראכטן לכבודך.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 02, 2018 9:06 am

אונטער חכם האט געשריבן:איך האב געהערט אז ר ישעי יעקב פארטוגאל איז אויך אוועקגעפארן.
אויפן זשיבויער זעה איך נישט וואס עס זאל זיין שווער, ער זוכט נישט קיין קאפ ווייטאג.
טאשער רבי דרייט מען שוין אראפ דעם קאפ די לעצטע פאר וואכן אז ער זאל נישט גיין און עס זענען שוין אפילו געווען פאשקעווילן נאך פארן גיין.



רבי ישעי יעקב פארט יעדעס יאר לג בעומר אויף מירון.

זשיבויער איז שטאטס רב אין מאנטריאל אין די בעלזא דיינים האבן איהם געבעטן זיי פארשטיין אז ער גייט נישט קענען קומען ממילא בעטען זיי איהם צו אוועק פארן וכך הוה. ווי אויך האט איהם זיין ראש הקהל באצאלט ער זאל פארן.

די טאהשער גייט איהם לכ׳ אויף נעמען ער זעהט נישט מיט וועם ער דארף זיך רעכענען.

ביטע נישט שרייבן וואס ענק וואלטן אז סזאל האבן געוועהן.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 850
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 02, 2018 10:01 am

ווען האט מען אויפגענומען דער דזשיבוי׳ער אלס שטאט׳ס רב? וויאזוי?

די אלע מעשה׳ס זענען א שאנדע פאר לונדון. די שטאט וואס שמ׳ט איבער דער וועלט פאר איהר קנאות און עקסטרעמיזם (בקיצור: ליידיגייען), האט אזויפיהל צייט און מי אריין געלייגט צו שטערען דער בעלזער וויזיט, ולא עלתה בידם כלל. דער סאטמארער רב הרב וואזנער איז זאגאר געגאנגען באזוכען. און מאנטריאל האט יא באוויזען!

אפשר איז די שאנדע נישט פאר לאנדאן, נאר.........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מאי 02, 2018 10:36 am

כ'האב געטראפן אן אינטערסאנטע מדרש תנחומא, פרשת ויחי, ממש מעניני דיונא.....

למה לא רצה יעקב להיקבר במצרים?
פארוואס האט יעקב נישט געוואלט, באגראבן ווערן אין מצרים?
שלא יעשוהו מצרים עבודה זרה, שכשם שנפרעין מן העובד, כך נפרעין מן הנעבד, דכתיב: ובכל אלהי מצרים אעשה שפטים (שמות יב).

אז די מצרים זאלן אים נישט מאכן פאר קיין ע''ז, אזוי ווי מ'באצאהלט פון ווער ס'דינט, אזוי באצאהלט מען וועמען מען דינט. ווייל ס'שטייט: אין אלע אפגעטער פון מצרים וועל איך טאן שטראף:

וכן אתה מוצא בדניאל, כיון שפתר חלומו של נבוכדנצר, מה כתיב?
דאס זעלביגע טרעפט מען ביי דניאל, ווען ער האט באשייד דעם חלום פאר נבוכדנצר, וואס שטייט?

באדין מלכא נבוכדנצר נפל על אנפוהי ולדניאל סגיד ומנחה וניחוחין, אמר לנסכא ליה (דניאל ב), אבל דניאל לא קבל.
דער קעניג נבוכדנצר איז געפאלן אויף זיין פרצוף און זיך געבוקט צו דניאל מיט מנוחות און נסכים. און דניאל האט נישט געלאזט.

מיר טרעפן אין די גמרא אין מס' ר''ה:

שופר של עיר הנדחת לא יתקע ואם תקע לא יצא מ"ט עיר הנדחת כתותי מיכתת שיעוריה
א שופר פון א עיר הנדחת זאל מען נישט בלאזן, אויב יא, האט מען נישט יוצא געווען. וואס איז דער אורזאך? ווי באלד מ'דארף דאס צושטויסן איז עס ווייניגער ווי דער שיעור שופר....

דער דאזיגער פון רחוב אגריפת, איז א ווירקליכער נעבד... און ער עקזעסטירט גארנישט... די גאנצע עקלהאפטיגע פאמפע דראמפע. איז עבודה זרה בפועל ממש, און איז גארנישט מער א אויסגעבלאזענע נפוחה, וועלכע וועט פארביי גיין גענוי ווי ס'איז געקומען....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2005
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2383 מאל

הודעהדורך יוסף יוזפא » מיטוואך מאי 02, 2018 10:39 am

קאך_לעפל האט געשריבן:כ'האב געטראפן אן אינטערסאנטע מדרש תנחומא, פרשת ויחי, ממש מעניני דיונא.....

למה לא רצה יעקב להיקבר במצרים?
פארוואס האט יעקב נישט געוואלט, באגראבן ווערן אין מצרים?
שלא יעשוהו מצרים עבודה זרה, שכשם שנפרעין מן העובד, כך נפרעין מן הנעבד, דכתיב: ובכל אלהי מצרים אעשה שפטים (שמות יב).

אז די מצרים זאלן אים נישט מאכן פאר קיין ע''ז, אזוי ווי מ'באצאהלט פון ווער ס'דינט, אזוי באצאהלט מען וועמען מען דינט. ווייל ס'שטייט: אין אלע אפגעטער פון מצרים וועל איך טאן שטראף:

וכן אתה מוצא בדניאל, כיון שפתר חלומו של נבוכדנצר, מה כתיב?
דאס זעלביגע טרעפט מען ביי דניאל, ווען ער האט באשייד דעם חלום פאר נבוכדנצר, וואס שטייט?

באדין מלכא נבוכדנצר נפל על אנפוהי ולדניאל סגיד ומנחה וניחוחין, אמר לנסכא ליה (דניאל ב), אבל דניאל לא קבל.
דער קעניג נבוכדנצר איז געפאלן אויף זיין פרצוף און זיך געבוקט צו דניאל מיט מנוחות און נסכים. און דניאל האט נישט געלאזט.

מיר טרעפן אין די גמרא אין מס' ר''ה:

שופר של עיר הנדחת לא יתקע ואם תקע לא יצא מ"ט עיר הנדחת כתותי מיכתת שיעוריה
א שופר פון א עיר הנדחת זאל מען נישט בלאזן, אויב יא, האט מען נישט יוצא געווען. וואס איז דער אורזאך? ווי באלד מ'דארף דאס צושטויסן איז עס ווייניגער ווי דער שיעור שופר....

דער דאזיגער פון רחוב אגריפת, איז א ווירקליכער נעבד... און ער עקזעסטירט גארנישט... די גאנצע עקלהאפטיגע פאמפע דראמפע. איז עבודה זרה בפועל ממש, און איז גארנישט מער א אויסגעבלאזענע נפוחה, וועלכע וועט פארביי גיין גענוי ווי ס'איז געקומען....

איהר זענט א גרויסע למדן!!!
און אין "הלכות עבודה זרה" זעהט מען אייער למדנות בכפל כפליים.
ירבו כמותך בישראל.
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 02, 2018 10:52 am

אויב איז די זאך עבודה זרה, וויאזוי ווערט אנגעצינדען די פייער אין מאנרא אום ל"ג בעומר? איינער א חצי שיעור האט בכח דאס אנצוצינדען? אדער איז עס נאר יענעמ׳ס וטאס איז עבודה זרה, נישט מיינס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך מאי 02, 2018 12:17 pm

קאך לעפעל, איך וויל זיך נישט אראפלאזן צו דיין נידריגע וועג פון רעדן אויף גדולי ישראל, על כן גיי איך נישט אפענפערן און אפפרעגן דיינע בליציגע געדאנקן וואס דו האסט אזוי שיין צאםגעשמאלצן פון תנ"ח און גמרא, איך קען דיר נישט בלעימען, דאס איז וואס מען האט דיר געפיטערט זייט די האסט אנגעפאנגן צי זייגן וויליאסבורגע מילך, אבער לעסט טיים איי טשעקט, איז פין ציונות מלחמה גארנישט געבליבן, טאקע כלשונך הצח והנקי, חוץ פון א הייפעלע יודן וואס זענען מחזק פון יעדע אפגעפליקטע פראטעסט, וואס איין גאט אין הימעל ווייסט וויפיהל דאס האט שוין אויפגעטוהן פאר כלל ישראל, איך וויל נישט ניצן דע ווערטער וויאזוי דו האסט גענדיגט דיין העסליכע תגובה , אבער למעשה האט זיך שוין די ציונות באבעל געפלאצט א לאנגע צייט צוריק, משא"כ בעלזע רב, איז מוסף והולך שטעלט אויף טויזענטע בתים נאמנים לה' ולתורתו, מוסדות התורה וחסידות, מוסדות פון בעלי תשובה און אפאראטן פון צדקה וחסד/פרנסה וכלכלה וואס שפרודעלט ווי קיינמאל ביפאר,
א קליינע דערמאנונג נאר, די אשכול איז געווידמעד פאר נייעס פון בעלזער רב אין מאנטריאל, ווילסט אויסגיסן דיין האס אין אפשיי צום בעלזער רב, ביטע ווענד אייער טריט צום צימעס אפטיילונג.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1099
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 927 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1158 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מאי 02, 2018 12:19 pm

סמבטיון האט געשריבן:קאך לעפעל, איך וויל זיך נישט אראפלאזן צו דיין נידריגע וועג פון רעדן אויף גדולי ישראל, על כן גיי איך נישט אפענפערן און אפפרעגן דיינע בליציגע געדאנקן וואס דו האסט אזוי שיין צאםגעשמאלצן פון תנ"ח און גמרא, איך קען דיר נישט בלעימען, דאס איז וואס מען האט דיר געפיטערט זייט די האסט אנגעפאנגן צי זייגן וויליאסבורגע מילך, אבער לעסט טיים איי טשעקט, איז פין ציונות מלחמה גארנישט געבליבן, טאקע כלשונך הצח והנקי, חוץ פון א הייפעלע יודן וואס זענען מחזק פון יעדע אפגעפליקטע פראטעסט, וואס איין גאט אין הימעל ווייסט וויפיהל דאס האט שוין אויפגעטוהן פאר כלל ישראל, איך וויל נישט ניצן דע ווערטער וויאזוי דו האסט גענדיגט דיין העסליכע תגובה , אבער למעשה האט זיך שוין די ציונות באבעל געפלאצט א לאנגע צייט צוריק, משא"כ בעלזע רב, איז מוסף והולך שטעלט אויף טויזענטע בתים נאמנים לה' ולתורתו, מוסדות התורה וחסידות, מוסדות פון בעלי תשובה און אפאראטן פון צדקה וחסד/פרנסה וכלכלה וואס שפרודעלט ווי קיינמאל ביפאר,
א קליינע דערמאנונג נאר, די אשכול איז געווידמעד פאר נייעס פון בעלזער רב אין מאנטריאל, ווילסט אויסגיסן דיין האס אין אפשיי צום בעלזער רב, ביטע ווענד אייער טריט צום צימעס אפטיילונג.


אה... מ'שלעפ אפיר דעם אויסגעדראשענעם "די ביזט נעבאך אין די באקס" ניגון...

פיין... כ'בין אין די באקס. אין דו ביזט דער גרויסער ברייטער אקס-פארשטייער...לחיים בעלזער רב!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2005
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2383 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מאי 02, 2018 12:23 pm

און גלייכצייטיג... כ'מעג רעדן אויף וועם כ'וויל, וואו אימער איך וויל. (פארשטייט זיך לויט די תקנות המקום)

און אז די האסט א פראבלעם מיטן ערשטען אדמענמענט פון די קאנסטעטוציע, דאן קענסטו גיין קיין בעלזא החדש..
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2005
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2383 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מאי 02, 2018 12:32 pm

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:איך האב געהערט אז ר ישעי יעקב פארטוגאל איז אויך אוועקגעפארן.
אויפן זשיבויער זעה איך נישט וואס עס זאל זיין שווער, ער זוכט נישט קיין קאפ ווייטאג.
טאשער רבי דרייט מען שוין אראפ דעם קאפ די לעצטע פאר וואכן אז ער זאל נישט גיין און עס זענען שוין אפילו געווען פאשקעווילן נאך פארן גיין.



זשיבויער איז שטאטס רב אין מאנטריאל די בעלזא דיינים האבן איהם געבעטן זיי פארשטיין אז ער גייט נישט קענען קומען ממילא בעטען זיי איהם צו אוועק פארן וכך הוה. ווי אויך האט איהם זיין ראש הקהל באצאלט ער זאל פארן.



וואס???

כ'פארשטיי נישט. פריער שרייבן דא די בעלזער ניקים אז דער רב פארט פשוט באזוכן זיינע חסידים אין מאנטריאל און ס'האט גארנישט צו טוהן מיט "פראפאגאנדע", יעצט קלעימען ענקערע דיינים אז יעדע גרויסע רב אין מאנטריאל מוז זיך "משתתף זיין". וואס עפעס דארף דער זשיבויער רב וואס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט בעלזא, אדער זיך "משתתף זיין" אדער "אנטלויפן פון זיין היימשטאט", וואס עפעס???

ווען זשיבויער רב קומט קיין ירושלים קומט דער בעלזער צו אים? ניין? פארוואס אנטלויפט ער נישט דעמאלט קיין טעלז? (דארט ווי ער באהאלט זיך אייביג ווען ער האט צופיל ענקזייעטי און לחץ...)

האסטו געהערט א מעשה? ווער מיינען ענק דער בעלזער איז? ער איז א גרויסע CEO פון א חסידות וואס באשטייט בערך פון פיר ביז פינף טויזנט משפחות. אשע"כ דארף זיך יעדער מכניע זיין פאר אים? וואס עפעס? זאל דער בעלזער קומען קיין מאנטריאל צו זיינע חסידים און צו אלע אנדערע אידן וואס "ווילן" קומען מיטהאלטן דעם שבת און ווער ס'איז נישט נייגעריג אויף אים איז אים גארנישט שולדיג און נישט מחוייב צו קומען און זיכער נישט מוזן "אנטלויפן".

די "פארשטענדליכע" בעלזער דיינים זאלן ענדערש זיין פארנומען מיט "וויכטיגערע זאכן", ווי פארטרייבן אנדערע רבנים פון שטאט וואס זענען נישט איינשטימיג מיט זייערע דעות און השקפות. זאלן זיי אויך זאגן פאר זייערע אייגענע בחורים אז זיי זאלן זיך נישט ח"ו שלאגן מיט קיינעם פאר "כבוד בית בעלזא".
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6297
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3711 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט