נטרונא. וואו זענט עטץ ווען מ'דארף ענק...?!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

נטרונא. וואו זענט עטץ ווען מ'דארף ענק...?!

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:46 pm

די וואך האטציך אפגעשפיעלט א שרעקליכע סצענע אין די שטאט בערלין, אין דייטשלאנד.

א בחור מיט א יארמולקע אויף זיין קאפ איז געגענגען אויף די גאס. פלוצלינג קומט צו צו איהם אן אראבישער שייגעץ און ער הייבט איהם אן צו געבן מכות רצח מיט זיין פאסיג. און אויך שעלט ער איהם צוזאם. קיין איינער פון די דורכגייערס האטציך נישט אנגענומען פאר דעם ..."אידישן" בחור מיט די קאפל. א טייל האבן געשריגן אז מ'זאלל רופן די פאליציי. אבער ס'האטציך קיינער נישט אריינגעמישט צו באשיצן דעם בחור מיט די יארמולקע...!

די פרעמיער'שע פון דייטשלאנד, אנגעלא מערקעל ירום הודה האט שטארק פארדאמט דעם אינצידענט, און זי האט געזאגט מיט א פרומקייט (צום וויפלטן מאל) אז מ'מוז אויסראטן דאס אנטיסעמיטיזם פון דייטשלאנד...!

שטעלט זיך גאר אויס, אז דער בחור וועלכער האט אנגעהאט די יארמולקע איז אפילו נישט קיין איד. נאר אן איזראעלי אראבער. און זיין חבר האט איהם געגעבן א מתנה דאס קאפל. האט ער געוואלט זעהן אויב ס'איז אמת אז אידן זענען נישט זיכער מיט זייער לעבן אין דייטשלאנד...!

יעצט איז די שאלה אזוי. די גאנצע צוועק פן גרינדן די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא איז געווען צו אויסשרייען לעיני השרים והעמים, אז ערליכע אידן האבן גארנישט קיין שייכות מיט די ציונים און מדינת ישראל. און איינמאל די גויים וועללן וויסן דעם חילוק, וועללן זיי אויפהערן שלאגן און הרג'נען אידן. ווייל זיי טוען דאך דאס נאר, צוליעב זייער טעות אז א יעדער איד איז א ציוני. נו, פרעגט זיך די שאלה. צו האט שוין די פראפאגאנדע פון נטרונא געראטעוועט דאס לעבן פון איין איד. צי האט שוין א גוי, אן אניטסעמיט א רוצח געזאגט. אה... דו ביסט א וואוילער יוד און נישט קיין ציוני. ממילא וועל איך דיך נישט טשעפען...!

נאר ווי ס'זעהט אויס איז דער אראבישער שייגעץ וועלכער האט געשלאגן דעם בחור מיט'ן קאפל זייער א קלוגער. און ער האט מרגיש געווען אז דער וואס גייט אויפ'ן גאס איז אן איזראעלי. אפילו ר'איז אן אראבער. אבער דאך אן איזראעלי...ממילא האט ער איהם געגעבן מכות רצח מיט זיין פאסיג און צוזאם געשאלטן קללות נמרצות...!

איך ווארט אז א פארשטייער פון די הייליגע ארגאניזאציע זאלל קומען און מסביר זיין פארוואס דאס אנטיסעמיטיזם האטציך נאכנישט אויפגעהערט. נאכדעים ווי זיי האבן געהערט די פייער'דיגע רעדעס פו די גוטע ענגליש רעדנערס ווי הרב יעקב שפירא שליט"א און אנדערע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:51 pm

אויפן קליפ קוקט אויס ווי א דורכגייער נעמט זיך אן פארן איד און שטופט אוועק דעם טעראריסט. האב איך נישט גוט געזען?
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1203
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 731 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:56 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:אויפן קליפ קוקט אויס ווי א דורכגייער נעמט זיך אן פארן איד און שטופט אוועק דעם טעראריסט. האב איך נישט גוט געזען?

יא, ס'איז זיכער נאר אדאנק נטרונא! ברוך ה' אז די אלע געלטער וואס פליסן אריין אין די שיפע קעשענעס טוען אויף וואס זיי דארפן צו אויפטון.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1092
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 597 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:58 pm

איך וועיס נישט. אבער די הויפט נקודה איז פארוואס נטרונא'ס אויפקלערונגען ארבעטן (נאך) נישט...!

אלא מאי. מוז זיין אן אנדערע סיבה פארוואס די גויים שלאגן און הרג'נען אידן. מסתמא די זעלבע סיבה פאר'ן נאציזם. או.קעי. די ציונים האבן צוזאמען געארבעט מיט די נאציס. און וואס איז געווען ביים פאגראם אין קישינעוו אין יאר 1911. און בי די גזירות ת"ח ות"ט. די גויים האבן געהרג'עט אידן אויך צוליעב די ציונים און די מדינה...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:07 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אויפן קליפ קוקט אויס ווי א דורכגייער נעמט זיך אן פארן איד און שטופט אוועק דעם טעראריסט. האב איך נישט גוט געזען?

יא, ס'איז זיכער נאר אדאנק נטרונא! ברוך ה' אז די אלע געלטער וואס פליסן אריין אין די שיפע קעשענעס טוען אויף וואס זיי דארפן צו אויפטון.

רביה"ק זי"ע: דו פארשטייסט נישט ס'איז ב"ה דא א סאך היימישע גבירים בליעה"ר כן ירבו אין אמעריקע און ענגלאנד וועלכע גלייבן מיט א תמימות די גאנצע נארישע פראפאגאנדע. און ווען מ'קומט און מ'זאגט זיי אז מ'האט ב"ה געטראפן א מיטל אויסצוראטן דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל, וואס איז דאך ממילא נאר דא צוליעב די ציונים און מדינת ישראל. ווייל די גויים זענען דאך באמת זיער וואוילע מענטשן. נאר ווען זיי זעהען צו דאס גרויסע אכזריות און רציחה ממש מיט וואס די רוצחישע ציוניסטישע סאלדאטן פון דעם טמא'נעם צה"ל באנעמען זיך מיט די וואוילע, אומשולדיגע פאלעסטינער באפעלקערונג, ווערט זייער הארץ אויפגעברויזט אלס רחמנות. און ווען זיי זעהען א איד/ציוני אויף די גאס נעמען זיי נקמה פאר זייערע אומשולדיגע, געפייניגטע און אונטערדריקטע ברידערס און שוועסטערס אין פאלעסטינע. אבער יעצט אז זיי וועללן שוין הערן אז די אידן זענען נישט קיין ציוניסטן. און זיי האבן גארנישט קיין שייכות מיט די מדינה הטמאה. די מדינה של גהינום, וועלכע האט שוין געברענגט אזוי סאך צרות אויף אידישע קינדער, וועללן זיי שוין אויפהערן פיינט צו האבן און שלאגן און הרגנ'ען די ערליכע אידן. נאכמער. מ'לערנט זיי אויס אינדערהיים אז ווען זיי באגעגענען א איד/ציוני זאללן זיי איהם פארהערן אויב ער קען אויסנווייניג דעם ספר ויואל משה. אויב יא, וועללן זי איהם לאזן גיין . אויב נישט , איז דאך א סימן אז ער איז יא א ציוני, וועללן זיי איהם אנמקל'ען די ביינער אדער אפילו הרגנ'ען ווייל ס'קומט זיך איהם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:14 pm

כבר מילתי בנושא הזה אמורה באשכול זה. עיין שם ותמצא נחת.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1092
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 597 מאל

הודעהדורך פשטו ידיכם » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:39 pm

פשטו ידיכם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:56 pm

פשטו ידיכם האט געשריבן:https://youtu.be/NexiwZ-5Ycg

ווען ער זאגט עס ווען אין אידיש וואלט איך געמיינט אז ער איז א סאטמארער.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1092
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 597 מאל

הודעהדורך סמבטיון » פרייטאג אפריל 20, 2018 11:06 am

.
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 20, 2018 2:57 pm

סמבטיון: נו, וואס זאגסטו...? איך האב שוין געוואלט הערן א גוט ווארט. ביסטו געגאנגען און דו האסט עס פארמעקט. פליעס שרייב עס איבער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט