בלאט 1 פון 1

נטרונא. וואו זענט עטץ ווען מ'דארף ענק...?!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
די וואך האטציך אפגעשפיעלט א שרעקליכע סצענע אין די שטאט בערלין, אין דייטשלאנד.

א בחור מיט א יארמולקע אויף זיין קאפ איז געגענגען אויף די גאס. פלוצלינג קומט צו צו איהם אן אראבישער שייגעץ און ער הייבט איהם אן צו געבן מכות רצח מיט זיין פאסיג. און אויך שעלט ער איהם צוזאם. קיין איינער פון די דורכגייערס האטציך נישט אנגענומען פאר דעם ..."אידישן" בחור מיט די קאפל. א טייל האבן געשריגן אז מ'זאלל רופן די פאליציי. אבער ס'האטציך קיינער נישט אריינגעמישט צו באשיצן דעם בחור מיט די יארמולקע...!

די פרעמיער'שע פון דייטשלאנד, אנגעלא מערקעל ירום הודה האט שטארק פארדאמט דעם אינצידענט, און זי האט געזאגט מיט א פרומקייט (צום וויפלטן מאל) אז מ'מוז אויסראטן דאס אנטיסעמיטיזם פון דייטשלאנד...!

שטעלט זיך גאר אויס, אז דער בחור וועלכער האט אנגעהאט די יארמולקע איז אפילו נישט קיין איד. נאר אן איזראעלי אראבער. און זיין חבר האט איהם געגעבן א מתנה דאס קאפל. האט ער געוואלט זעהן אויב ס'איז אמת אז אידן זענען נישט זיכער מיט זייער לעבן אין דייטשלאנד...!

יעצט איז די שאלה אזוי. די גאנצע צוועק פן גרינדן די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא איז געווען צו אויסשרייען לעיני השרים והעמים, אז ערליכע אידן האבן גארנישט קיין שייכות מיט די ציונים און מדינת ישראל. און איינמאל די גויים וועללן וויסן דעם חילוק, וועללן זיי אויפהערן שלאגן און הרג'נען אידן. ווייל זיי טוען דאך דאס נאר, צוליעב זייער טעות אז א יעדער איד איז א ציוני. נו, פרעגט זיך די שאלה. צו האט שוין די פראפאגאנדע פון נטרונא געראטעוועט דאס לעבן פון איין איד. צי האט שוין א גוי, אן אניטסעמיט א רוצח געזאגט. אה... דו ביסט א וואוילער יוד און נישט קיין ציוני. ממילא וועל איך דיך נישט טשעפען...!

נאר ווי ס'זעהט אויס איז דער אראבישער שייגעץ וועלכער האט געשלאגן דעם בחור מיט'ן קאפל זייער א קלוגער. און ער האט מרגיש געווען אז דער וואס גייט אויפ'ן גאס איז אן איזראעלי. אפילו ר'איז אן אראבער. אבער דאך אן איזראעלי...ממילא האט ער איהם געגעבן מכות רצח מיט זיין פאסיג און צוזאם געשאלטן קללות נמרצות...!

איך ווארט אז א פארשטייער פון די הייליגע ארגאניזאציע זאלל קומען און מסביר זיין פארוואס דאס אנטיסעמיטיזם האטציך נאכנישט אויפגעהערט. נאכדעים ווי זיי האבן געהערט די פייער'דיגע רעדעס פו די גוטע ענגליש רעדנערס ווי הרב יעקב שפירא שליט"א און אנדערע...!