נאך 36 יאר וועט דוב הייקינד נישט לויפן פאר ווידערווילונג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

נאך 36 יאר וועט דוב הייקינד נישט לויפן פאר ווידערווילונג

הודעהדורך חתם סופר » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:16 am

ברעיקינג נייעס, דוב הייקינד האט געמאלדן אז ער לויפט נישט נאכאמאל פאר זיין זיץ וואס ער האלט שוין 40 יאהר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 360 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:17 am

באניצער אוואטאר
חתם סופר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 360 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

נאך 36 יאר וועט דוב הייקינד נישט לויפן פאר ווידערווילונג

הודעהדורך בן ישי » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:05 pm

אסעמבלימאן דוב הייקינד וואס רעפענזירט בארא פארק אין די אומגעגענט די לעצטע 36 יאר האט היינט געלאזט וויסן אין א ווידיאו ווי ער גייט איבער זיינע אויפטוענגען זיינע לאנגע יארן דינענדיג אין די אסעמבלי, אז ער גייט נישט לויפן פאר ווידערווילונג די יאר.

הייקינד איז באוויסט פאר זיין גיט הארץ אין זיינע פולע הילף פאר טויזענטע יחידים במשך זיינע יארן, ווי אויך איז ער א אויסגעשפראכענע קעמפער פאר מדינת ישראל אין א קעמפער קעגן די איבערגעבליבענע נאציס.

רוב יארן ווען ער איז געלאפן האט ער נישט געהאט קיין שטארקע קעגנער וואס איז געלאפן קעגן עם (הגם שונאים האט ער געהאט אסאך סיי סאטמערע וואס ס'האט זיי געשטערט זיין שטארקע שטיצע פאר די מדינה ווי אויך אסאך פאליטישע שונאים)

לעצטע מאל וואס ער איז געלאפן האט ער צום ערשטן מאל געהאט א שווערע קאמפיין ווען קעגן עם איז געלאפן נחמן קאללער וואס נאך אסאך שווערע קאמפיינען אין אסאך געלט האט ער צום סוף געווינען מיט א שיינע אויבערהאנט.

לעצטע יאר איז זיין זוהן יוני געלאפן איבערצונעמן דוד גרינפעלדס סיטי קאנסיל זיץ אבער האט נאך א שווערע קאמפיין אין אסאך געלט מיעוס פארלוירן צו קלמן יעגער.

בלייבט צו זעהן ווער עס וועט יעצט אריינטאנצן צו פרובירן צו געווינען דעם זיץ, מ'קען זיך פארשטעלן אז כדרכה של בארא פארק וועט מען האבן א צוויי היימישע קאנדידאטן מיט א שמותיגע קאמפיין.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 556 מאל

הודעהדורך בן ישי » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:10 pm

איין קאנדידאט וואס מ'רעדט שוין אפאר וואכן אז ער פלאנט צו לויפן איז שמחה אייכענשטיין וואס איז איינגעשטעלט אין די מעיארס אפיס.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 556 מאל

הודעהדורך בן ישי » מיטוואך אפריל 25, 2018 1:37 pm

דוב האט געמאלדן זיין שטיצע פאר שמחה אייכענשטיין
viewtopic.php?f=3&t=12256
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 556 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 25, 2018 4:53 pm

איינער ווייסט פארוואס ער איז ארעסטירט געווארן?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1229
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 697 מאל

הודעהדורך די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:14 pm

ווער איז ארעסטירט געווארן?
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 526
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 25, 2018 7:46 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ער איז ארעסטירט געווארן?

קאצקע ציקער: יא. ווייל ר'האטציך נישט געוואלט וואשן צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:27 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ער איז ארעסטירט געווארן?

קאצקע ציקער: יא. ווייל ר'האטציך נישט געוואלט וואשן צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות...!

נישט ווייל ער האט נישט געקישט די בעק ציצית ביי ברוך שאמר?

איך פרעג ערענסט פאר א צוויי יאר ציריק האט מען עים ארעסטירט אימיטן א פראטעסט פרעג איך פארוואס?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1229
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 697 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:31 pm

קאצקע ציקער: די ארעסט איז נישט קיין ערנסטער ארעסט. דאס איז א סימבאלישער ארעסט וואס כמעט א יעדער פאליטישן האט עס אדורכגעמאכט. דאס קומט ווען די פאליציי הייסן איהם זיך רוקן און ער פאלגט נישט. אונזער חשוב'ער מעיאר בילל דע בלאזיא ירום הודו איז אויכעט שוין געווען ארעסטירט מיט אזא מין ארעסט.

אבער דוב הייקינד האט מיט עטליכע יאר צוריק אדורכגעמאכט א טרייעל אויף עפעס א באשולדיגונג איבער פינאנציעלע עניינים. אבער ער איז ריינגעוואשן געווארן דורך א זשורי...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג אפריל 26, 2018 2:04 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:46 pm

ליגט מיר אין קאפ אז דוב איז אמאל (בערך 25 יאר צוריק) געווען פארוויקעלט אין לעגאלע אישוס אינאיינעם מיט Cojo. פרטים ווייס איך נישט אבער ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון די וואס געדענקן.

@בערל, אלץ איינער פון די עלטערע דור זענט איר מכובד צו נעמען דאס ווארט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2252
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2346 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 2:40 am

שמעון וואלף: איך האב שוין פארגעסן. אבער אזויפיהל געדענק איך אז אין א שיינעם טאג האטציך אנגערוקט די עף.בי.איי. צו די אפיסעס פון קאו. דזשאו. אין בארא פארק. און זיי האבן אוועקגענומען אלע פיילס צו שטודירן און זעהן וואס מ'האט געטון מיט די שווערע מיליאנען דאללערס וואס דער גוטער פעטער שמואל האט געגעבן פאר די פריצים אין די ארגאניזאציע. זיי האבן גענומען געלט בשם כל ישראל. און געלייגט אין די קעשענע. אבער דוב הייקינד איז נישט געווען דירעקט א שותף מיט זיי. די הויפט מחותנים זענען געוען איינער א ..."ראביי" משה שמידמאן אוו בלעססעד מעמארי. און ..."ראביי"... וויליאם גרינוואלד. און די 2 זענען געווען די הויפט גנבים. און זיי האבן געהאט נאך עטליכע קלענערע שותפים. איינער א געוויסער פארשוין (מלשון פרשנדתא) ש. בראון. וועלכער איז היינט שוכן כבוד אין ריווערדעיל, בראנקס, יצ""ו. ער רופטציך הוידו נאנאשער רב/רבי...!

וויאזוי איז די גניבה'שע ארגאניזאציע צושטאנד געקומען...?! ווייל אין די אנהויב אכציגער יארן, ווען פרעזידענט רעיגן איז געקומען צו די מאכט האט ער (אדער זיינע מענטשן ארום איהם) ממציא געווען א נייעם פאטענט. וואס דארף ער געבן פאר די מינאריטעטן באפעלקערונג די ביליאנען דאללערס און אויפהאלטן א ריזיגע ביוראקראטיע?!. ער וועט בעסער געבן פאר די מקבלים יערליכע שטיצע פון מיליאנען דאללערס. און זאגן ..."ברעכטס קאפ אליין". טוטס וואס עטץ ווילטץ מיט דעם געלט"...און ר'האט עס געגעבן א פענסי נאמען..."בלאק גרענטס"...והך קאווע. און די 2 גרעסטע גרופס פון מקבלים. די שחורים און להבדיל (אדער אפשר נישט) די יודעלעך האבן זיך געשטעלט אין די ליין. זיי האבן געהאט אלערליי פראגראמען וויאזוי צו ..."העלפן"... די אידישע באפעלקערונג פון בארא פארק...!

איך האב דאמאלס געוואוינט בשכינות פון די חשוב'ע ארגאניזאציע פון ליידיגייערס און גנבים. האביך עטליכע מאל באמערקט אז ס'זענען געקומען הויעכע רעגירונגס מענטשן צו עסן לאנטש מיט דעם ..."ראביי"... שמידמאן ושותפיו. איין טאג האביך געזעהן דעם חשוב'ן גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי ירום הודו (נאך פאר ער איז געווארן גאווערנאר) אויכעט זיך באטייליגן אין א מיטאג סעודה פון טשיעז בלינטצעס און אייס'ד קאפפי, וואס מ'האט צוגעגרייט לכבודה של מלכות...! אזוי האט מען געהאקט א לעבן. און געלייגט מיליאנען אין די קעשענעס. אדער באנק אקאונטס...עד שינוסו הצללים...ביז דער וואוילער פעטער האטציך אויפגעכאפט פון זיין זיסן חלום. און ר'האט אנגעהויבן אויסצו פארשן וואס ס'גייט פאר...?! ביי די שחורים איז אויך געווען די זעלבע מעשה. די פאר שוויצערס וועלכע זענען געווען עומד בראש. האבן גענימען שווערע מיליאנען צו העלפן זייערע אונטערדריקטע ברידערס. און פארפאטשקעט דאס געלט...!

לסיכום: די 2 הויפט גנבים. שמידמאן און גרינוואלד זענען ארויס פון דעם גאנצן געשעפט נקי... די גאנצע געגאנב'עטע געלט האבן זיי פארלוירן. א טייל האט די ממשלה צוריקגענימען. און א אנדער'ן טייל האבן זיי פארלוירן אין שלעכטע אינוועסטמענטס ביי אנדערע גנבים פון זייער קאליבער. דער גרוו. איז היינט א שנארער...ס'איז איהם גארנישט געבליבן פון דעם גאנצן געשעפט. אויסער דער שם משמן טוב...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג אפריל 26, 2018 12:25 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 12:05 pm

יעצט דארף מען זעהן וועליכע בהמה אלע מוסדות גייען אינדארסירען
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 3:06 pm

א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:יעצט דארף מען זעהן וועליכע בהמה אלע מוסדות גייען אינדארסירען

דערווייל איז נאר דא שמחה אייכענשטיין אין ס'זעהט אויס אז ער האט שטארקע שטיצע.
אגב געווענליך נארמאלע מענטשן מיט א שטוב אין קינדער ווערן נישט קיין פאלאטישינס דוק ותשכח.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 556 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט