אנאליז אויף ביבי נתניהו'ס מהלכים אינעם טעגליכן געראנגל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

אנאליז אויף ביבי נתניהו'ס מהלכים אינעם טעגליכן געראנגל

שליחה דורך געוואלדיג »

היינט אין א זייער דראמאטישע אנטוויקלונג האט ביבי אין א אומגעווענליכן שריט, אויפגעדעקט פאר די וועלט, מדית ישראל'ס שפיאנאזש מעגליכקייטן מיט א קלארע פרעזענטאציע איבער איראן'ס נוקלעארע שריט און מעגליכקייטן.

פילע וואונדערן זיך מדוע ולמה? וואס איז יעצט? וואס וועט דאס אויף טוהן, און וואס איז דאס מגלה?

לאמיר אביסל אראפ לייגן מיין בליק אויף די זאכן,

אין פאליטיק איז דא א כלל: עס זענען נישט נישטא קיינע פריינד, עס איז פארהאנען געמיינזאמע אינטערעסן" ד.מ. אז אויב מיין לאנד און דיין לאנד וועלן האבן די זעלבע אינטערעס אין עפעס, וועלן זיי זיך ארומארעמען די הענט און טוהן די זעלבע, די בעסטע ביישפיל איז אמעריקא און רוסלאנד וואס זענען שוין בעצם בלוט שונאים צענדליגער יארן, אבער ביי די צווייטע וועלט מלחמה ווען מען האט געדארפט באזיגן דעם זעלבן שונא – דייטשלאנד – , האט מען געטיילט אינפארמאציע און אפילו פינאנצילע און מיליטערישע שטיצע און אינפארמאציע, און אזוי גייט דאס ווייטער און ווייטער, און באמת יעדע שריט פון יעדע לאנד אויפן אינטערנאציאנאלן ארענע דארף באטראכט ווערן מיט די בליק.

פאר איך וועל צונעמען די היינטיגע אנטוויקלונג וויל איך געבן א ביישפיל פון א אנטוויקלונג פון א וואך צוויי צוריק, וואס וועט דאס בעסער מסביר זיין, דאן האט מדינת ישראל באמבאדירט א איראנער מיליטערישע באזע אין סיריע מיט אומגעהויערע שאדן צו די בנינים און זייער מיליטערישע מאטריאל וואס עס איז דארט געווען און אפילו אויך מענטשליכע פארלוסטן פון איראנער סאלדאטן, די רעאקציע איז געווען פארשידנארטיג, סיריע און איראן האבן ווי פארשטענדליך עס שטרענג פארדאמט מיט די שארפסטע לאזונגען.

אמעריקא האט גלייך געמאלדן אז נישט זיי זענען געווען די אטאקירער אבער מדינת ישראל האט זיי געלאזט וויסן פריער, רוסלאנד האט שארף פארדאמט די אטאקע און זיך אפגערעדט היתכן מדינת ישראל האט זיי נישט געמאלדן פאראויס דערוועגן, איך וועל זיך באציהען און אפשטעלן אויף די רעאקציע פון אמעריקא און רוסלאנד צו פארשטיין וואס עס ליגט דארונטער.

אויבן אויף האבן ביידע לענדער אמעריקע און רוסלאנד דעם זעלבן אינטערעס אין סיריע – צו פארניכטן אייסעס- אבער אין רעאליטעט זענען זייערע אינטערעסן אינגאנצן אנדערש, אמעריקא'ס אינטערעס מיט זיך אריינמישן אינע סיריער ברידער קריג איז 1) צו פארניכטן אייסעס, 2) צו שטיצן זייערע אליאירטע די קורדישע רעבעלן, און דאס איז 3) כדי צו שאפן א ברייטע לאנד פאס צווישן איראן און אסאד קאנטראלירטע סיריע אז איראן זאל נישט האבן קיין יבשה דורכגאנג ביז צו אמעריקא'ס אליאירטע מדינת ישראל צפון גרעניץ.

דאגעגן רוסלאנד'ס אינטערעסן זענען 1) צו פארטרייבן אייסעס, כדי 2) צו באפעסטיגן זייער פריינד אסאד אויפן בענקל, כדי 3) ער זאל זיי ווייטער קענען לאזן האבן זייער איינציגסטע באזע אינעם מיטל מזרח ביי די סירישע ברעגעס פונעם מיטטעלענדישן ים.

און יעצט קומען מיר צו צו מדינת ישראל, זיי האבן גאר א אנדערע אינטערעסע, בעצם איז פאר זיי בעסער געווען די מצב פון פאר די ברידער קריג אין סיריע ווייל ביז דאן האבן זיי געוואוסט וואו זיי שטייען מיט סיריע אבער יעצט איז אלעס איין גרויסע איבערקערעניש, און זייער יעצטיגע זארג איז בעיקר אז איראן זאל זיך נישט באפעסטיגן נעבן זייער צפון גרעניץ און דערפאר באמבאדירן זיי אין סיריע צו אפהאלטן דאס פון געשעהן.

בעצם האבן סיי אמעריקא און סיי רוסלאנד נישט קיין פראבלעם דערמיט, נאר וואס יא, אמעריקא איז באזאגט אז מען זאל איהר נישט באשולדיגן מיט די אלע לופט אטאקעס נישט צו אויפרעגן מענטשן מבית אין אמעריקא און מבחוץ די אראבישע לענדער, און רוסלאנד איז באזארגט ווייל איראן זענען נאנט אליאירט מיט אסאד.

און יעצט וועלן מיר פארשטיין וואס דא איז געשעהן, אמעריקא האט געדארפט קלאר מאכן אז זיי זענען נישט קיין מלחמה ליב האבער און נישט זיי האבן אטאקירט, אבער זיי האבן צוגעלייגט אז מדינת ישראל האט זיי געמאלדן פון פריער צו ארויסברענגען זייער צוזאמען ארבעט.

רוסלאנד האט אין סיריע זייער פארגעשריטענע כלי מלחמה און לופט פארטיידיגונג כוחות און אפאראטן, און זיי האבן זיכער אויפגעכאפט אז די אטאקע קומט, מער פון דעם, זייט דעם יעצטיגן מדינת ישראל אויסערן מיניסטער אביגדור ליבערמאן וואס איז א רוסיש רעדנדער און געבוירערנער, האבן מדינת ישראל און רוסלאנד זייער נאנטע באציאונגען און מיטארבעט, און עס לייגט זיך אינגאנצן נישט אויפן שכל אז -אפילו לו יצוייר רוסלאנד האט נישט אליין אויפגעכאפט די אטאקע אז - מדינת ישראל האט זיי טאקע נישט געמאלדן,

בעצם האט נישט רוסלאנד קיין פראבלעם מיט די מדנ"י אטאקעס ווייל זיי זענען רובם ככולם אויף איראנער קרעפטן און נישט געצילט כמעט קעגן אסאד'ס כוחות, אבער היות וואס איראן און אסאד זענען אפיליאירט קען דאך אסאד האבן טענות צו פוטין אז דו האסט יא געוואוסט פאר וואס האסטו מיר נישט דערציילט פריער, דערפאר דארף רוסלאנד זיך מלומרשט בייזערן היתן מדנ"י האט זיי נישט פארציילט, אבער עס מיינט גארנישט ערנסט און גארנישט האט זיך געטוישט פון פריער, און דאס ברענגט ארויס ווי אין אויסערן פאליטיק טוהט מען איין זאך אבער מען האט אינזינען גאר עפעס אנדערש, א בחינה ווי די טאכטער זאג איך און די שנור מיין איך.

יעצט קומען מיר צום היינטיגן געשעהניש, פילע האבן טענות אויף וואס ביבי האט געטוהן, בפרט אז די לענדער ווי ענגלאנד פראנקרייך און דייטשלאנד וואס זיי זענען די וואס פארטיידיגן שטארק די אפמאך מיט איראן האבן אויך יעצט נאך ביבי'ס אויפדעקונג נישט געטוישט זייער מיינונג איבער דעם דיעל, און אויב אזוי מה הועיל ביבי בדרשתו, אבער זיי פארפאסן די עיקר נקודה, ביבי'ס כוונה איז אינגאנצן נישט געווען זיי צו טוישן, ער קען זיי שיוין היינט זייער גוט און ער ווייסט אז זיי וועלן נישט טוישן זייער מיינונג, זיין כוונה איז געווען גאר עפעס אנדערש, היות טראמפ דארף אום מאי 12 נאכאמאל באשטעטיגן אדער אפווארפן דעם נוקלעארן דיעל, און טראמפ וויל בכל כוחו עס אפשאפן, נאר ער דארף א ריכטיגע סיבה דערצו און ביז היינט האט ער נישט געהאט דעם "זעהסט איך האב דיר געזאגט" תירוץ זיך צו מסביר זיין, אבער יעצט האט ביבי איהם דאס צוגעשטעלט אויף א גאלדענעם טאץ, און זיכער מיט זיין גוטהייסונג, נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז זיי האבן ערשט נעכטן גערעדט טעלעפאניש, און אז סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיאו האט נאר נעכטן באזוכט דארט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר