ניו יארק אטורני דשענערעל עריק שניידערמאן רעזיגנירט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 830 מאל

ניו יארק אטורני דשענערעל עריק שניידערמאן רעזיגנירט

שליחה דורך בן ישי »

שוין נישט קיין נייעס אבער אזויווי קיינער האט נישט געוואלט גיין פתיחה איז במקום שאין איש וכו'..

שניידערמאן איז געווען א שטרענגע אטורני דשענעראל אין איז געווען שטארק באוויסט אלץ א טראמפ קעגנער, ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף טוויטער "איך וועל יעדן טאג דערמאנען טראמפ אז ער איז נישט העכער ווי די געזעץ" זיין זיך קריגן מיט טראמפ גייט נאך צוריק פאר ער איז געווארן פרעזידענט ווען ער האט אנגעפירט די קלאגעס קעגן טראמפ יונעווירסעטי.
די 'אהבה' צוויישן זיי איז געגאנגען ביידע וועגן אין טראמפ האט עם זייער פיינט געהאט אין ווען ער וואלט געקענט וואלט ער עם אראפ געשטעלט פון בענקל אזויווי ער האט געטוהן צום סטעיט אטירני פריט באהארא אבער ער איז נישט געווען איבער עם ממילא האט ער געדארפט צוווארטן ווילאנג ס'וועט קומען די צייט.

וואס איז געשעהן יעצט איז אז 4 פרויען - וואס צוויי האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט די נעמען - זענען געקומען דערציילן אז בשעת וואס זיי זענען געווען מיט עם פלעגט ער יעדע נאכט זיך אנטרינקען אין פלעגט זיי שטארק וויי טוהן פיזיש און גייסטיש.
דריי שעה נאך וואס די מעשה איז פארעפנטליכט געווארן האט ער געשריבן א סטעיטמענט אז הגם ער לייקנט עס אפ גייט ער רעגזינירן פון אמט - די ערשטע מאל וואס איינער האט אזוי שנעל רעגזינירט.

ווער גייט עם איבער נעמען?
לויט די געזעץ דארפן די סענעט און אסעמבלי אריינשטעלן איינעם ביז די קומענדיגע עלעקשינס אין נאוועמבער.
ס'איז געווען מענטשן וואס האבן געהאלטן אז מ'וועט פרובירן אריינצושטעלן די געוועזענע סטעיט אטורני פריט באהארא וועם טראמפ האט געווארפן, אבער דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די סענעט אין אסעמבלי - וועם באהארא איז נאכגעלאפן אין געזיכט ביי זיי קארופציע אין טאקע געכאפט אפאר גרויסע צוויישן זיי - זאלן עם צוריק שטעלן אויפן אמט...
נאך א נאמען וואס מ'רעדט איז טיש דזשעימס די יעצטיגע פאבליק אדוואקאט וואס איז א שטארקע פרוי אין זי וואלט געווען פעאיג פאר די פאזיציע.
וועט מען זעהן וואס ס'וועט זיך אויסקאכן.
דוד בן ישי עבדך משיחך

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר