שולע שיסעריי אין טעקסאס.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

שולע שיסעריי אין טעקסאס.

שליחה דורך קאך_לעפל »

סענטא פע טעקסאס – אין די סאמע זעלבע צייט וואס דאס אידיש פאלק גרייט זיך מקבל זיין די הייליגע תורה, און פייערען דעם בעפארשטייענדען הייליגען יו''ט שבועות, דער טאג וואס ג-ט זעלבסט האט אונז געווארענט מיטן לעבן, מיינע קינדער, זייט נישט קיין מערדער. שפילט זיך אינעם ווייטן סענטא פע אף א פארכטיגע געשענעניש.

נעמליך, א געוויסע מה יעשה'ניק, ווארשיינליך א סטודענט אינעם ארטיגען שולע, א שולע וועלכע איז פולשטענדיג אויסגעהאלטן אפילו לויט שיטת יאפעד- מאנטסטער. האט ארויסגעצויגן א וואפן און אזוי מיר נישט דיר נישט זיך גענומן ספאנטאן שיסן אויף די ארומיגע מיטן גרעסטן מאס ברוטאטעליטעט. אזש נאנט צו מנין סטודענטן ליגן שוין אצינד טויט אין קאלודשע בלוט אלס א רעזולטאט פונעם דאזיגן גרויזאמער שיסעריי, ה''י.

אבער נישט געזארגט. דער גאווענער פון טעקסאס איז שוין ב''ה אויפן וועג צו די צענע ( צו טאן פונקליך וואס?) דער קעניג טראמפ זאגט אז ער איז טיף באמאכט צוליב די טראגעדיע.(אדער גייט אים עס אן ווי די פאראיאריגער שניי) און מיר קלאמערן זיך מיט אלע אונזער קרעפטן זיך צוציהאלטן צו צווייטע אדמענטמענד פון די הייליגע קאנסטעטוציע וועלכע פארבאט פאר די פעדעראלע רעגירונג אפצוהאלטן אמעריקאנער בירגער צו רומפאזשירן איבער די גאסן באוואפענען מיט הייס-געווער.

איי א דאנק די דאזיגער אומבאגרענצטע רעכט ווערן מאסן אומשולדיגע קינדער דערמארדערט יערליך? וואס רעדט איר? דער אורזאך פון די שיסערייען איז פילייכט נישט צוליב די אויסשליסליכסטע רעכטן צו טראגן טויטליכע ביקסן, זיכער נישט! נאר צילוב דעם וואס צופידעלטע פארשוינען לייגן די הענט אויף געווער, און נוצן דאס צו דערשיסן די מאסן צום טויט. אלזא וואס איז די לעזונג צום אויסבראך פון די שולע שיסערייען? אה.. בויען פרישע משוגעים הייזער און לייגן דעם עולם אויף פילן....(וואלט גראדע נישט געווען אזא שלעכטער געדאנק)

לאנג לעבן זאל אמעריקע, לאנג לעבן זאל די קאנסעטוציע, לאנג לעבן זאלן די משוגע-פילן, און די קינדער זאלן ווייטער געשאסן ווערן אין די מאסן.

מיי גאש מיר לעבן אין א וועלט....

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר