סטעיט סענעטאר שמחה פעלדער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 792 מאל

סטעיט סענעטאר שמחה פעלדער

שליחה דורך בן ישי »

ר' שמחה פעלדער איז א היימישע יוד וואס רעפענזירט שוין די בארא פארקער געגענט מיט א געטריישאפט פאר אסאך יארן, (זיין טאטע האט די באקאנטע "פעלדער שוהל" אויף אכצענטע עוועניא) אנגעהויבן אין 2002 אין די סיטי קאנסיל אין שפעטער אין 2012 האט ער געוואנען די זיץ אין סטעיט סענאט.

פעלדער איז שטארק באליבט אין זיין דיסטריקט סיי צוליב זיינע פולע אויפטוהענגען דורך די יארן למען הכלל והפרט אין בעיקר צוליב זיין בעטעמקייט, מ'פוהלט ווי ער זיכט באמת צו העלפן אין אויפטוהן נישט אזוי ווי אנדערע וואס מיינען נאר זייער כבוד אין עגא, ער איז א פיינער מענטש וואס רעדט סאך ווייניגער ווי ער טוהט, אסאך באטיטלען עם אלץ דער אמור מעט ועשה הרבה מיט אלע פירושים. אבער ווען ער רעדט יא איז עס מיט א זיסע געשמאק אין א סענס אף יומער, ביי די עלעקשעינס זעהט מען טאקע ווי ער האט אלץ די שטיצע פון אלע מוסדות התורה און רבנים און רוב מאל לויפט ער אן קיין קעגנער בכלל אדער נאר שוואכע קעגנער.

פעלדער איז א רעגסטירטע דעמאקראט אבער אין די לעצטע יארן לויפט ער אויף אלע דריי פארטייען, דעמאקראט רעפאבליקען אין קאנסירוועטיוו.

ווען פעלדער איז אריין אין זיין סטעיט סענאט פאזיציע האט ער געמאכט א חשבון אז אזויווי ער איז דא צו אויפטוהן פאר די וואס האבן עם אריינגעוועלט וועט ער טוהן וואס ס'איז די בעסטע פאר זיי, אין דעמאלטץ איז אויסגעקומען אז הגם ער איז א דעמאקראט וועט ער מער אויפטוהן אויב ביים וואוטן שטעלט ער זיך צו צו די רעפאבליקאנער.

די חשבון האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ א קלוגע שריט ווען דאס האט עם געגעבן א שטערקערע כח ווי ער וואלט געהאט ווען ער בליבט מיט זיין פארטיי אין ער האט דורכדעם אסאך געקענט אויפטוהן ווייל האבנדיג א גיטע רילעשענשיפ מיט די פירער האט ער געקענט אסאך דורכפירען.

למעשה די לעצטע שטיק צייט האט די דעמאקראטישע פארטיי ובראשם די גאווערנאר אנגעהויבן לייגן שטארקע דרוק אויף עם ער זאל צוריק קומען צו זיי.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען ער האט ווי שוין היינט ברייט באקאנט אויפגעהאלטן די וואוט אויף די בודזשעט דעם ערב פסח צוליב וואס ער האט געוואלט מ'זאל דורכלאזן זיין ביל וועגן די חינוך אין די מוסדות התורה, ווען יעדער האט איינגעזעהן וואספארא כח ער האט אין אלבעני.

אין ס'איז געווארן שטערקער נאכדעם ווי די גאווערנאר (וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג אין האט א קעגנער וואס קריטיקרט עם זייער שטארק) איז געלונגען צוריקצוברענגען א גרופע דעמאקראטן וואס האבן געוואוט מיט די רעפאבליקאנער (באקאנט אלץ IDC) צוריק צו די דעמאקראטן, אין פעלדער איז געבליבן די איינציגסטע ביין וואס האט עם געשטאכן.

די גאווערנאר האט געשריבן א אפענע בריוו צו שמחה אז ער זאל צוריק קומען צו די פארטיי יעצט אין נישט ווארטן ווען די דעמאקראטן וועלן צוריק באקומען די אויבערהאנט וואס דעמאלטץ וועט מען עם נישט דארפן...

פעלדער האט דערויף געענטפערט אז ער זעהט נישט פארוואס ער זאל יעצט טוישן נאך וואס פאר זיינע וויילער איז אלעס גיט ביי די רעפאבליקאנער אין אז די גאווערנאר האט עם אפילו נישט גערופן צו פרובירן זיך אדורך צוקומען אין זעהן צו ס'וועט עם זיין ווערט צוריקצוגיין, אין ממילא האט ער דעקלערט אז ביז די קומענדיגע עלעקשענס בלייבט ער דערווייל מיט די רעפאבליקאנער זייט.

שמחה האט אין זיינע קורצע ווערטער צו די מידיא געזאגט "איך בין נישט געטריי צו קיין איינער פון די פארטייען! איך בין געטריי צו די באשפער, מיין ווייב און קינדער, און די וואס וועלן פאר מיר! איך קיק וואס עס איז די בעסטע פאר זיי אין אזוי טוה איך."

די מצב איז געווארן ערגער ווען נאך ספעציעלע עלעקשעינס וואס איז פארגעגעקומען איז אויסגעקומען אז ס'איז דא אין די סענאט 31 דעמאקראטן אין 31 רעפאבליקאנער אין פעלדער איז די נאמבער 32. דאס הייסט אז ער איז די שטערקסטע מענטש דארטן אין ער איז דער וואס מאכט א ביל זאל יא אדער נישט דורכגיין, אין מיטן בלייבן מיט די רעפאבליקאנער האט ער געמאכט זיי זאלן בלייבן מיט די אויבערהאנט.

די גאווערנאר האט מחליט געווען אז ער וועט שטיצן די אומבאקאנטע קאנדידאט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ א קעגנער פון פעלדער אין די דעמאקראטישע פריימעריס.

דער קעגנער איז א גוי וואס האט נישט קיין שאנס צו געווינען אין די שטארק יודישע דיסטריקט ספעציעל ווען שמחה איז אזוי באליבט ביי יעדעם אבער ער לויפט ווייל ער פארריפט זיך אלץ א אמת'ער דעמעקראט וואס וויל שטערן שמחה פון פארכאפן זייער פארטיי.

יעצט איז אין די נייעס אז ביי די דעמאקראטישע קאנווענטשין וואס האט זיך אנגעהויבן היינט אינדערפרי - ווי מ'באשטימט וועם מ'שטיצט אלץ די קאנדידאט פון די פארטיי אלץ גאווערנאר, אטורני דזשענעראל, אין אלע אנדערע פאזיציעס - פלאנען זיי צו שטימען אז מ'זאל שטיצן פעלדערס קעגנער - א זאך וואס מ'האט געקענט ערווארטן - אבער זיי פלאנען אויך צו טוהן א געוואגטע שריט מיט שטימען פאר א רעזעלוציע ארויסצוווארפן פעלדער פון זייער פארטיי אזוי זאל ער נישט קענען לויפן אויף זייער טיקעט!

יודישע עסקנים האבן דאס שטארק קריטיקירט זאגנדיג אז דאס איז קעגן דעמאקראטיע אוועקצונעמען די רעכטן פון די וויילער צו שטימען פאר וועם זיי ווילן.

שמחה איז ערווארטעט צו געווינען די וואלן אפילו אויב ער וועט נישט זיין אויף די דעמאקראטישע טיקעט אין וואס קען געשעהן איז נאר אז עס וועט בעקפייערן אין זיינע וויילער וואס פוהלן ווי די פירער פון די פארטיי רעכענען זיך נישט מיט זיי וועלן אויפהערן וואוטן אויף די דעמאקראטישע זייט (א זאך וואס האט שוין אנגעהויבן געשעהן אין וועט עס נאר מאכן ערגער) אין אזוי אויך קען די גאווערנאר ליידן דערפון יעצט ווען ער דארף די יודישע וואוטס (הגם ס'זעהט אויס ער וועט ממילא געווינען וויל ער אבער געווינען ווי שטערקער) אין אזוי אויך ווען ער פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט וועלן די יודן נישט פארגעסן אז ער האט זיך געטשעפעט מיט זייער באליבטע שמחה פעלדער.
דוד בן ישי עבדך משיחך

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר