שטורעם אין חסידישע וועלט: אדמו"ר הייסט בא'גנב'ענען א איד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1927 מאל

שטורעם אין חסידישע וועלט: אדמו"ר הייסט בא'גנב'ענען א איד

שליחה דורך ארי נוהם »

כ'האב געהערט א מעשה דעם שבת, כ'ווייס נישט צי ס'איז אמת אדער נישט, אבער ס'איז זיכער ווערד א אפהאנדלונג אין אינזער שטובל.


נישט צי לאנג צירוק איז א באקאנטע רבי אנגעקומען אין א געוויסע שטאט (כ'וויל נישט פורט בשם זיין, אבער ווער ס'וויל פארשטיין וועט מעגליך אליינס כאפן פון וועם מ'רעט), און ער האט געמוזט האבן געלט. האט ער געמאנט פון א גביר א גרויסן סכום געלט, וואס יענער האט נישט געוואלט געבן. האט דער רבי געהייסן זיין גבאי'ן אוועקצונעמען פון יענעם גביר זיין מנורה אדער אן אנדערע צירונג פון שטוב.

דער גבאי איז געבליבן שטיין שאקירט הערנדיג אזא באפעל: אוועקנעמען פון אן עושר א חפץ אן רשות?

האט אים דער רבי ערקלערט לויט די גמרא אין ברכות (דף ג:) איבערן סדר היום פון דוד המלך ע"ה, אז יעדן טאג זענען די חכמי ישראל אריין צו אים, און האבן אים געזאגט: "עמך ישראל צריכים פרנסה", מיינענדיג סיי פרנסת הגוף און סיי פרנסת הנפש והנשמה. האט ער זיי געענטפערט: "לכו והתפרנסו זה מזה", וואס איז פשט, אז דאס פאלק זאל אויסהאלטן און מפרנס זיין די תלמידי חכמים מיט פרנסת הגוף, און די תלמידי חכמים זאלן אויסהאלטן דאס פאלק מיט פרנסת הנפש. האבן זיי גע'טענה'ט: "אין הקומץ משביע את הארי", ס'זענען דאך דא קמצנים וואס ווילן נישט זעטיגן דעם לייב, דאס איז דער תלמיד חכם. האט זיי דוד המלך געענטפערט: "לכו ופשטו ידיכם", אויב וויל מען נישט געבן, מוז מען פון זיי נעמען מיט געוואלד.

מיט דעם "היתר" האט דער אדמו"ר געהייסן בא'גנב'ענען דעם אידישן גביר!


איך ווייס נישט ווי אנציהייבן. פון די היתר צו גנב'ענען שלא כדת ושלא כדין, פון דאס פארדרייען א שטיקל גמרא וואס טראגט ניטאמאל די משמעות פון זיינע ווערטער, צי פון דער פאקט אז זיין פשט ארבעט נישט מיט לעצטן ווארט: לכו ופשטו ידיכם "בגדוד", וואס דאס מיינט ביים מלחמה מיט די ארומיגע פעלקער, און אדאנק דעם קען מען פשוט נישט איינזעצן פשט ווי דער רבי.

די מערסטע קען איך נישט פארשטיין, וויאזוי א רבי שעמט זיך נישט צו הייסן גנבענען אפענערהייט? ער האט נישט מורא פון קיין באשעפער? ער מיינט טאקע אז ער האט רעכט צו גנב'ענען? און אפילו די חסיד זיינע, וואס גלייבט אז וויבאלד דער רבי האט אזוי באפוילען זעט ער אין הימל אז אזוי ברויך זיין, איז דאך אבער די הלכה אז תורה לא בשמים, און אין אונזער ש"ס און שו"ע איז נישטא קיין היתר מיט חסידישע תורה'לעך צו לקח'ענען זאכן פון א צווייטן.

ווי איז די בושה פארלוירן געווארן? כ'האב אפילו געהערט אז די מעשה קורסירט ארום און די חסידים שעמען זיך אפילו נישט מיט זייער רבי'ן, און ווערן גאר נתפעל פון זיין געוואלדיגע טייטש אינם שטיקל גמרא.


אויף וועלכע פלאנעט לעב איך, און אויף וועלכע פלאנעט לעבן זיי???
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר