photo_2023-04-30_12-20-07.jpg
קרית באר שבע לעבן קרית יואל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
ער האט אבער דערמאנט וויזניץ מיט רחל דיין קליינע טאכטער (קרעדיט? ערגעץ דא אין שטיבל, כ'געדענק שוין נישט וואו)מיליאנער האט געשריבן:איך קען פיין די דרשה. ער האט אראפגעלייגט וויאזוי קרית יואל וועט אויסקוקן אויב לאזט מען יעדן קומען און טון וואס זיי ווילן.
יעצט אויפ'ן מינוט האט ער נישט קיין שום טענות אויף ויזניץ.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
די זאך איז, אז ווען מהר"א וואלט ווען געהאט א רעפוטאציע פון אויפטוהן קאנסטראקטיוו זאכן אין קרית יואל מער ווי אנדערע שטעט, וואלט ער געהאט א טענה אז מ'גייט אים צוגרונד לייגן זיינע יארן הארוואניע, אבער למעשה האט קרית יואל גארנישט זיך צו גרויסן איבער סיי וועלכע שטאט, נאר מיט איין זאך אז מ'האט דארט פראדוצירט האס און טעראר טאג און נאכט און אויפגעהאדעוועט גאצעטע דורות אלץ צוהיצטע בריונים, יא די שטאפלען פון העיט און פולווער שטייגן טאקע איבער יעדע אנדערע פלאץ (אה כ'האב פארגעסן אז זיי האבן אויך מער פאפקארן קוטשמעס...) און טאקע אויף דעם פרייען זיך די אלע עסקנים אז אין די נייע ווילידזשעס וועלן די זאכן אויסקוקן אנדערש האפענטליך, און טאקע אויף דעם איז יצא הקצף, ווייל מהר"א ווייסט זייער גוט אז איינמאל ארום און ארום וועט מען נישט קענען מוטיגן קיין טעראר לאזט זיך אויס די גאנצע לופט פון זיינע רעדער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
ארום געפארן היינט,
ביטע נישט נעמען פרעזענליך
ביטע נישט נעמען פרעזענליך
און אנדערע נייעס: עולמות עליונים ותחתונים ווארפן זיך מיט די דראמאטישע און הימלשטורעמישע צווייטמאליגע דברים קישורים לעניין, געזאגט געווארן דורך שר צבא אריאל מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א.
דער רבי האט ביי די לענגערע דרשה אויפגעפאדערט כלל ישראל אז היות קרית פאפא געפינט זיך אין וועסטשעסטער, און די לעצטע תקופה זענען פארגעקומען פארשידענע מכשולות, האט דער רבי אויפגעפאדערט שלומי אמוני ישראל, און שטאנדהאפטיג דערקלערט אז: גאנץ וועסטשעסטער קאונטי והסביבות איז קרית פאפא לכל הדינים.
מהיום והלאה איינער וואס ניצט וועסטשעסטער עירפארט זאל זאגן קהילות יעקב פאפא עירפארט.
און ווייטער זאגט די רבי, היות יעדער ווייסט אז די אלע וואס נוצן די וועלט בארימטע וועסטשעסטער שפיטאל איז נאר ווייל ס’איז בגלילות העיר פאפא, ממילא וועלן אלע מנהגי והלכות פאפא אינפארסירט ווערן אין אלע אפטיילונגען פון די שפיטאל.
דער רבי האט בקול אדיר ארויסגעברענגט אז מזעט בחוש עין תחת עין ווי די הקפדה טוט שוין אויף גדולות וצרורות, ווען לעצטענס זענען 2 אידן טראגיש אומגעקומען און א ערעפלאן קראך אין די גלילות, וואס פירן א פילאט איז אין שארפן קעגנזאץ פאר א חסיד פאפא.
קי יעקב יקרא שמך: אייוועלט וואס איז בדרך כלל נוטראל האט דאסמאל יא גענומען די שטעלונג, דא קומט נאכדעם וואס ביידע פאפא קהילות זענען אייגעגאנגען אין די נחיצות וחומר הענין. דאס נעמט אריין סיי די צענטראלע פאפא קהילה און סיי קהלת פאפא בארא פארק.
זכור זאת לקהילת יעקב: די וועלט איז נאך אלס אינטערן רושם פון די הייליגע ווערטער, נאכדערצו ווען ס’איז קלאר די רבי’ס ציל איז בלויז מרבה צו זיין כבוד שמים, אזוי ווייט אז צענדליגע מענטשן אין טשיינע זענען צוגעקומע צו די שרייבער אין גערעדט פון די דרשה לטב ולמיטה.
טובו אוהליך יעקב: די דרשה האט א מאסיווע אפקלאנג ווען אין אלע חסד צימערן אין די קהילות יעקב שפיטאל זענען אויסגעליידיגט געווארן פון די גמרות מסכת סנהדרין וואס מען לערנט יעצט אין מסגרת והגית שע”י הקהילה. און אן עמערדשענסי סטעיטמענט האט הרב וועבער געמאלדן א פרישע התנדבות פאר נאך 100טער שטיק.
לא נחש ביעקב: אין אלע ציווילע שטובער אין די שפיטאל זענען אויפגעהאנגען געווארן טאוולען נעבן די מאסקעס טאוולען, וואס פארבאטן סמארטפאונס אן די פאפאנע מסונן הכשר.
לא הביט און ביעקב: אין די נייגעריפענע דרכי יעקב יחזקי’ HPN לופטפעלד, ווערן אלע סקרינס אראפגענומען, אזוי אויך ווערן די נישט כשרע דאנקין קאפע שאפ פארשלאסן דורך וועד הכשרות.
מי מנה עפר יעקב: די וועלט איז אויפדעטרייסלטש די צייטונגען רינען איבער, אלע האטליינס קראכן, נאך וואס ריבי רבבות מילי מיליאנען אידן און נישט אידן, האבן אזא אינטערעסע אין די נושא.
אתם אומרים פן, ואני אומר כן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
נייעס און בלומינג גראוו
ווילעדזש וואסער דעפארטמענט - דינסטאג ברכה
אין די פארגאנגענע צוויי טעג, האט די ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו וואסער דעפארטמענט דורכגעפירט פארשידענע מעינטענענס ארבעט אויף איינס פון די ווילעדזש וואסער קוועלער, ווי עס איז ערווארטעט אין די נעקסטע פאר טאג אלס רעזולטאט א העכערע מאס ״קלארין״ אין די וואסערן, אין די טעם און ווי אויך אין די שמעק. די קלארין אפעקט קען זיין מערקבאר, ספעציעל אין די געגנטער פון פיין הילל, האוטאורן, סטראבערי און גרין ראוד.
די וואסער איז געטעסט געווארן און איז פארזיכערט פאר סיי וועלכע באנוץ.

בלומינג גראוו ווילעדזש פירער באטייליגן זיך ביי ראש השנה צערעמאניע מיט גאווערנאר האקול אין מאנהעטען
פארגאנגענעם דינסטאג האזינו א׳, איז אפגעראכטן געווארן אין ניו יארק סיטי, אן אייגנארטיגע ראש השנה צערעמאניע, אראנדזשירט און פאררופן דורך די גאווערנאָר פון ניו יארק סטעיט יר״ה, וועלכע האָט אפגעהאלטן דעם אוונט, מיט דער באטייליגונג פון א געקליבענע צאל אידישע עסקנים און כלל טוער, וועלכע זענען פערזענליך געלאדנט געווארן דורך די גאווערנאר שטאב, צו אפצייכענען דעם אידישן יום טוב.
ביי דער אוונט, איז געווען קענטיג די אנוועזנהייט פון א צאל אישי הציבור, וועלכע שטייען אין שפיץ פון היימישע קהלות און מוניציפאליטעטן אין גרעיטאר ניו יארק. צווישן זיי, האָט די גאווערנאר אויך איינגעלאדנט די עסקני וראשי עירינו בלומינג גראוו, מיט וועמען די גאווערנאר האלט ב״ה אן א נאנטע צוזאמענארבעט, זינט ווען עס האט זיך געהאנדלט איבער אפשרייען די ״פרעזערוועישאן טעקס ביל״, וועלכע איז געצילט געווארן, צו באגרעניצן די אנוועזנהייט פון היימישע אידן, דא אין טאון אוו בלומינג גראוו.
ווי עס געדענקט זיך האט די גאווערנאר דעמאלט הילכיג וועטאאירט דעם ביל און דערמיט דערלאנגט א טויט קלאפ פאר די שענדליכע געזעץ פארשלאג. זייט דעמאלט איז פארשטארקערט געווארן דער קשר צווישן די ראשי העיר און דעם גאווערנאר מיט שטארקע פאזיטיווע באציאונגען, וואס איז אצינד נאכאמאל געקומען צום אויסדרוק ביי דעם אוונט.
גאווערנאר האוקול יר״ה, איז געווארן אויפגערופן מיט טרעפליכע ווערטער דורך הרבני ר׳ ישראל משה שפיצער הי״ו - מעיאר פון ניו סקווער, און האט ביי דעם פייערונג אויפגעטרעטן מיט א רעדע, אין וועלכע זי האט זיך זייער באדאנקט פאר די אלע עסקנים און געמיינדעס, וועלכע האלטן אן אזא נאנטע צוזאמארבעט מיט איר אדמיניסטראציע, זי האט פארשפראכן, צו ווייטער שטיין צו דער רעכטער זייט פונעם היימישן ציבור אין ניו יארק, אנצייגנדיג אויף איר רעקארד פון שטיצע פאר די אידישע געמיינדע, אין דער פארגאנגענהייט.
די גאווערנאר האט באהויפטעט, אז איר אדמיניסטראציע ארבעט אצינד אויף גרעסערע פינאנציעלע פאנדינג, צו באקעמפן דאס וואוקס פון האס פארברעכענס און אנטיסעמיטישע אטאקעס, וועלכע איז שטארק געשטיגן אין די לעצטע תקופה אין די ניו יארק סטעיט אומגעגנט און ווי איר שטאב איז אויך לעצטנס געשטאנען אין פארבינדונג מיט די לאקאלע עסקנים, נאך דעם העסליכן אינצידענט אויף בארנס ראוד.
דאן, האבן די אנוועזנדע אישי הציבור געהאט די געלעגנהייט צו רעדן פריוואט מיט׳ן גאווערנאר איבער די אקטועלע טעמעס וועלכע אפעקטירן אונזערע געמיינדעס.
די בעאמטע האבן זיך געזעגנט מיט גאר הארציגע באגריסונגען און ווארימע וואונטשן, ווי די גאווערנאר האט זיך ווידער אויסגעדרוקט, ווי זי שטייט שטענדיג נאנט מיט די עסקנים און אישי הציבור ארויסצוהעלפן, צו יעדע צייט.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
כתב וקול, די אשכול האט מיט באר שבע, נישט בלומינגראוו.
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל