צניעות מהפכה אין באבוב

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19038 מאל

צניעות מהפכה אין באבוב

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין דעם 'מאמענט' די וואך, איז אריין אזא נייעסל פון די "נעשה און נשמע שיסל" (א מין אויסדרוק דאס.. גראדע קריעיטיוו) אז מלכות באבוב איז געגאנגען א גרויסע טריט ווייטער אין הלכות ראדיקאליזם, מיט'ן איינפירן נייע צניעות תקנות, פרומער ווי די עלטערן.

איך ווייס נישט גענוי די גאנצע שקלא וטריא אונטער דעם געדאנק, איך ווייס נאר וואס איך האב געלייענט אינעם מאמענט, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות. אין קורצן באשרייבט ער ווי דער רבי האט געהאלטן א שארפע דרשה אז מהיום והלאה טאר מען מער נישט גיין מיט קיין לענגערע שייטלעך, נאר מיט גאר קורצע וואס דערגרייכט העכער די אקסלען, ווי אויך מוז עס זיין איידל געקעמט, נישט צולאזט ח"ו.

וואס האט מיר געכאפט איז געווען די ציטאט וואס דער רבי האט קלאר און דייטליך מסביר געווען פאר'ן ציבור, אז כאטש אונזערע עלטערן זענען נישט נזהר געווען דערין און בכלל נישט מקפיד געווען דערויף, איז אבער אין היינטיגן דור – דער "אכשר דרא" דור – דארף מען מוסיף זיין על הראשונים מיט מער גדרים וסייגים, און זיין פרומער ווי די עלטערן.

דערנאך האט זיך דער דיין אויפגעשטעלט און אויסגערופן אז מען זאל זיין געווארנט אז די מוסדות גייען שטרענג אינפארסירן די נייע צניעות תקנה. מען זאל נישט מיינען אז די מוסדות זענען "פרי פאר אלל" – ווי מען האט געמיינט ביז היינט. ניין, די צייטן האבן זיך געענדיגט! מען זאל וויסן אז דער רבי לייגט אריין שווערע כוחות און מיליאנען דאלארן אין די מוסדות, אלזא ווער עס וויל דא האבן די קינדער מוז זיך צושטעלן צום רבי'ן שליט"א'ס פארלאנגען, ומכלל הן אתה שומע לאו...

איך בין באמת שפראכלאז נאכן ענדיגן דעם שיסל. עס איז נישט קיין סוד אז די לעצטערע יארן האט זיך באבוב – די אמאליגע שיינע, שלומ'דיגע, אקצעפטירנדע, בא'טעמ'טע חסידות – ראדיקאליזירט ביז נישט צום דערקענען, אין פארשידענע הינזיכטן, ביי זקנים עם נערים. אבער די דאזיגע נייעס איז גאר א נייע שטאפל אין עקסטרעמיזם. דו האסט א קהלה פון טויזענטער חסידים קע"ה, נישט יעדער איז דאך אויפ'ן זעלבן מדריגה, און יעדער האט זיך זיינע מסורת אבות און תורת אמהם. ווי נעמט מען די דרייסטקייט צו מאכן אזא גזירה אויף אזויפיל אידן, מיט אזא פרעכקייט מיט סטראשערייען און טעראר אויף א פשוט'ע חומרא אין צניעות וואס אונזערע/זייערע עלטערן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט? איז דאס נישט א בחי' פון תפשת מרובה לא תפשת?

איך בין נייגעריג וואס זאגן די באבוב'ע חסידים זעלבסט? זענען זיי מיט'ן רבי'ן בדעה אחת?
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר