PEARLS וואס באשטייט פאר "Parents for Educational And Religious Liberty in Schools" איז א ארגענעזאציע וואס איז געגרינדעט געווארן דורך די עסקנים פון אגודת ישראל צוזאמען מיט מנהלים פון די חסידישע מוסדות אין ניו יארק.
מ'האט עס געגרינדעט כדי צו העלפן פארבעסערען די לימודי חול אין די היימישע מוסדות ווי למשל צו דריקן בוקס וואס איז אויסגעהאלטן צו ווייזן פאר יודישע קינדער און אזוי ווייטער.
אזוי אויך זענען זיי דא צו דיפענדן די עדיוקעישון וואס אינזערע מוסדות געבן און נישט לאזן די גאווערמענט זיך אריינמישן נאר זיי ווילן אליין פארראכטן וואס מ'דארף.
און די לעצטע תקופה וואס די מוסדות ווערן כסדר אטאקירט אין די מידיא שטעלן זיי זיך ארויס מיטן ווייזן וואס זיי טוהן אלץ צו פאררעכטן און מיטן ווייזן וואס מ'לערנט אלץ אין די מוסדות און אזוי אויך מיטן ווייזן די פיינע סוקסעספולע ביזנעסלייט וואס זענען געקומען דורך דעם סיסטעם.
דא וועל איך פרובירן צו לייגן די זאכן וואס זיי שטעלן כסדר ארויס.
זייער סייט איז http://pearlsny.org
און אויף טוויטער @pearlsNY
די ארגאנעזאציע PEARLS
דער אשכול פארמאגט 36 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן