Quicken Loans און די Cleveland Cavaliers און הלכות רבית

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Quicken Loans און די Cleveland Cavaliers און הלכות רבית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב מרמז געווען דערצו ערגעץ, אבער דא וויל איך אויסשמועסען די מעשה, פאר'ן געשמאק פון די ציבור.

אין די לעצטע שטיק צייט האט געבוזשעוועט א פראבלעם ביי די לומדים און פוסקים. א גרויסע קאמפאני פון הלוואות ברבית, ביים נאמאען Quicken Loans, איז אפגעקויפט געווארען דורך א איד וואס איז ליידער נאך נישט קיין שומר תורה ומצוות. די הלכה (שו"ע יו"ד סי' קנ"ט) איז דאך געפסקנ'ט געווארען אז פון א מומר מעג מען נישט בארגען קיין געלט ברבית. די פרטים פון א קאמפאני זענען יעצט נישט נוגע, אבער למעשה איז די פאל די ערגסטע מעגליך, ווייל דער איד איז דער בעלים פון דער רוב פון דער ביזנעס און ער פיהרט עס אן למעשה.

מ'האט מיט איהם פראבירט צו רעדען און מסביר זיין וואס איז דאס א היתר עיסקא, אבער געהאלפען האט עס א קאדאכעס, ער האט פון גארנישט נישט געוואלט הערען. ער פיהרט א באנק ווי אלע באנקען און אזוי בלייבט עס אלס א הלוואה נישט קיין עיסקא. די קאמפאני פלעגט אפקויפען הלוואות פון אנדערע קאמפאניס און מענטשען האבען בכלל נישט קאנטראל דערויף. קומט אויס אז א ריזיגע צאל מענטשען זענען עובר אן איסור רבית א גאנצע צייט.

עס האט שוין ערשיינט א בריוו פון פיהל רבנים דערויף, הייסענדיג מענטשען נישט צו בארגען געלט פון Quicken Loans און מענטשען וואס האבען שוין געהאט הלוואות האבען זיך געמוטשעט צו טרעפען א היתר. א לענגערע באשרייבונג קען מען זע'ען דא.

לעצטענס האט מען מצליח געווען איהם איבערצורעדען צו מאכען א שטר היתר עיסקא. וויאזוי? איינער פון די רבנים וואס איז געווען אינוואלווד האט געדרשנ'ט אין זיין ביהמ"ד פאריגע שבת (פרשת נשא) וועגען די געשיכטע און ער האט מסביר געווען וואס טוט זיך.

דער בעלעבאס פון דער חברה איז אויך א בעלעבאס פון א ספארט"ס גרופע וואס רופט זיך דער Cleveland Cavaliers. זיי הייסען גאר א שוואכע גרופע, שוין יארען. (אין דער עולם הישיבות דרייט זיך א מעשה אז בחורים אין ישיבת טעלז האבען אמאל זיך ארויסגעשמוגלט און געגאנגען צו א געים. ווען דער ראש ישיבה הרב אליה מאיר בלאך האט געהערט דערפון, האט ער געשאלטען דער גרופע. גיי ווייס) דאס יאר האבען זיי געהאט א באזונדער שוואכער יאר. איינער א גרויסע עושר אין דעטרויט, א פרומע איד וואס ווערט יעצט גע'ערט ביי די אגודת ישראל דיננער, האט איינגערעדט דער בעלעבאס אז די סבה אז עס איז אזוי שוואך איז ווייל ער פאלגט נישט די רבנים און מאכט נישט קיין היתר עיסקא. יענער מענטש האט עס גענומען צום הארצען, און ער האט פלוצלונג געוואלט שנעל חתמנ'ן א היתר. ערב שבת האט ער געיאגט די רבנים, וואס האבען געוואלט די מיטשטימונג פון די גדולי הפוסקים, ה"ה הרב דוד פיינשטיין, הרב שלמה אליהו מילר שליט"א ועוד. אבער ער האט זיי געיאגט און געשטופט ביז זיי האבען געחתמ'ט פרייטיג נאכמיטאג. ער האט זיך געיאגט צו א געים יענער פרייטאג צו נאכט.

און וואונדער אויף וואונדער. סיי פרייטאג צו נאכט און סיי זונטאג נאכט, האבען זיי געהאט א זיג שלא כדרכם. ומה גם יעצט, וואס זיי שטייען אזוי נידריג, צו זע'ען אזא צוריק דריי איז א חידוש נורא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר