אנאליז: טראמפ סטראטעגיע און די אבאמא סטראטעגיע, וואס ארבעט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

אנאליז: טראמפ סטראטעגיע און די אבאמא סטראטעגיע, וואס ארבעט

שליחה דורך דאכצעכמער »

וואס האלט איר וועגן דעם ארטיקל שרייבט אייער קאמענט דא https://yiddishevinkel.com/archives/13295
דורך: אידישער ווינקל
איז טראמפ א זיג-זאג? קודם בלוט פיינט דערנאך פריינד?

פארוואס האט אבאמא נישט געקענט באווייזן א שלום מיט קים?

פארוואס האט טראמפ זיך געמוזט רייצן מיט די אראבער און מאכן די אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים?

ליינט דעם גאסט אנאליז פון הערשל גרינפעלד, עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל

מומחים זאגן: איינער וואס העיט אמעריקע וועט אייביג פיינט האבן אמעריקע, אמת.

אבער, ווי אזוי מאכט מען זיכער אז די העיטערס הערן אויף צו טערארעזירן די וועלט? ווי אזוי מאכט מען זיכער אז די העייטערס רייסן זיך נישט אויך מיט א וועלט מלחמה? און ווי אזוי ברענגט מען זיי צו די קניען?

צוויי וועגן, איין וועג, זיי צו חנ’פנען, זיך בעטן כעני בפתח, טיילן געלט, גלעטן, זיך ביקן, זיך אונטער גיבן פאר יעדע סטראשע, צאלן אויסלייז געלטער פאר געפאנגענע, אראפ שלונגען עוולות, און האפן א האפענוג אז צוליב זיין “נייס”, גייען די העיטערס די אויפהערן העיטן.

די צווייטע וועג, נישט זיין נייס, רעדן מיט באקציינער, ווייזן א פויסט, צייגן מוסקעלען, און זיי דערשרעקן – רעדן זייער שפראך, די זעלבע שפראך וואס זיי רעדן צו די וועלט און צו זייערע אונטערטאנען, מיט דעם זעלבן שפראך זיי דערשרעקן, און אזוי זיי צווינגען צו קומען צום פארהאנדלונגס טישל, און זיך אונטערגיבן ווי א טאטעלע.

וואס איז בעסער?

ווי זאגט יענער? איזה חכם הרואה את הנולד (כבר), קוקט צוריק וואס ארבעט און וואס נישט. דער אבאמא און די לינקע פארטיי האט פון אייביג אן גענוצט די ערשטע וועג, געגלעט זיך געביקט און געקושט, געטיילט געלטער אין די וועלט אריין, געווען דער נייס וואוילע בעל מידות וואס כאפט פראסקעס און גיבט די נעקסטע באַק פאר די קומענדיגע פראסק, און זאגט שיין טענקיו פאר יעדע שטויס, און מיט דעם האפט מען אז איין טאג וועט די שטיינערנע הארץ איבער געדרייט ווערן לרחמים ולרצון און סוועט זיין שלום!

האט עס געארבעט? ניין, גיבט א קוק אויף די אראבישע וועלט, קוקט אויף איראן, קוקט אייך אום, דאס האט נישט געארבעט, נישט געברענגט קיין רעספעקט, אמעריקע איז געווארן דער אויסגעקלאפטע הושענה וואס יעדער איז מזלזל בכבודה, און די סיבה איז פשוט “האב נישט קיין טענות אז די וועלט רייט אויף דיר, ווייל דו האסט זיך אראפ געבויגן צו זיין דער אייזל”.

צו פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי, לכאורה וועט מען איז נייס דארף דאך צו זיין כמים פנים אל פנים, ניין? די תירוץ איז “ווענדט זיך”, רעדסטו מיט א נארמאלע מענטש, וואס איז נפגע געווארן פון דיר צוליב א טעות אדער סיי וועלכע סיבה, ווילסט אים איבערבעטן דאן זיי נייס, ווייז אז די האסט זיך געטוישט, און דאן קען דיר געלונגען אז יענער וועט איבער טוישן זיין הארץ צום גוטן.

אבער אויב רעדסטו מיט א טעראריסט, וועסטו אויפטון דאס פונקט פארקערטע, דער טעראריסט איז א גרעסערע פחדן ווי דיר, און ווען דו צייגסט אים אז דו האסט מורא און לכבוד דעם טרייסטו צו זיין נייס, וועט ער דאס אויסטייטשן אלץ סימן חולשה, און דאס וועט אים גיבן קוראדזש צו דיר נאכמער שמייסן און דערשרעקן, ווייל ער זעהט אז “ס’ארבעט”.

וואס מער דו וועסט אים איידל און שיין באהאנדלען אלץ מער אגרעסיוו וועט ער ווערן צו דיר, וויפיל געלט וועסט אים שיקן אלץ מער עראפלאנען וועט ער אריינשמייסן אין דיינע געביידעס, און מער טעראריסטן וועלן קוילען אומשולדיגע מענטשן, וואס מער דו וועסט אים באהאנלדען ווי א דעמאקראט, אלץ נאכמער וועט ער זיך רייסן פון שפאטישע געלעכטער פון דיין אייזל’קייט, און וועט דיר מער און מער אויסנוצן.

ווען דו אנטלויפסט פון א בייזע הונט וועט ער דיר בלויז נאכלויפן, וועסט אים ווייזן א פויסט וועט ער זיך האפנטליך דערשרעקן.

צו גיין זאגן אז א פויסט ארבעט אייביג? נישט ממש, אבער עס ארבעט זיכער בעסער ווי אנטלויפן, אדרבה א גנב קומט אריין צו דיר אין שטוב און דו לאזט זיך פון אים, וועט ער נישט קומען נאכאמאל? אוודאי יא, און נעקסט טיים וועט ער מיט ברענגען גרעסערע זעק אריינצולייגן די רויב, אבער אויב ביסטו מקבל פנים דעם גנב מיט א ביקס וועט ער לכאורה נישט אזוי שנעל צוריק קומען, זיכער אז ער וועט נישט צוריק קומען? מוז נישט זיין, אבער בעסער איז עס זיכער ווי אים ברענגען א קאווע מיט קאקאש קעיק.

איך זאג נישט, ווען איינער שמייכלט און שלונגט און פירט זיך אויף “נייס” פארקויפט ער זיך אסאך שענער אין גאס ווי איינער וואס פראסקעט צוריק, און די לינקע געניסן פון דעם, זיי גלייכן צו זיין דער שיינער דיפלאמאט וואס האט אזעלכע גוטע שיינע מידות, אויף די חשבון פון די אמעריקאנער ליידיגער קאסע, און אויף די חשבון פון די אייגענע בירגער’ס זיכערהייט און פינאנציעלע מצב.

יא, אויפן סקרין זעהט אבאמא מיט די לינקע אויס סאך מער ציוויליזירט און מענטשליך, פשיא! אזא בעל מידות, אזא שטאטסמאן! דער שלאגט נישט צוריק, ער איז נייס און קיוט און גיבט אים א גלעט, מה יעשה הבן ולא יחטא נעקסט טיים?

דאס איז די סיבה פארוואס מיר זעהן לעצטענס א אויפשטייג פון טעראר אין די גאנצע מערב וועלט, ווי דוקא די לענדער וואס נעמען אריין די פליטים פון די אראבישע לענדער, טאקע די שיינע מכניסי אורחים, דייקא זיי כאפן טעראר און ציטערען פאר זייער שאטן פון זייערע געסט אויף וועמען זיי האבן אזוי זיס רחמנות געהאט, ווייל דער טעראריסט קוקט אן “מידות טובות” ווי א סימן חולשה, מה שאין כן די ערשטע יארן נאך די צווייטע וועלטס קריג, ווען אלע לענדער זענען געווען בייז און אנגעצויגן און נישט אזוי נייס, האבן די חברה זיך באגראבן אין זייערע לעכער.

קומט אונזער טראמפ “דער מטורף און משוגענער”, ער רעדט אגרעסיוו, ער סטראשעט, שרייבט אין טוויטער אלע לשונות של קללות און אזהרות, עס איז נישט שיין, עס איז נישט דיפלאמאטיש, א בושה פאר אמעריקע, יא אמת, ווען מען רעדט די שפראך קלינגט עס נישט אזוי שיין אין די אויערן, און זעהט נישט אזוי אזוי קיוט אויפן סקרין, אבער? אט דאס ארבעט, ווייזן “העי איך קען רעדן די אנדערע שפראך אויך, איך האב א סטראפ און איך ווייס ווי מען נוצט עס!”

ער איז נישט נייס צו טעראריסטן, ער לאזט זיך נישט מעלקן ביי זויגער’ס, און לאזט זיך נישט טרעטן ביי צוטרעטערס, ניין אויף מיר וועסטו נישט טרעטן ווייל איך קען און וועל דיר נאכמער צו טרעטן!

ווען טעראריסטן הערן די שפראך, און זעהן אז דאס איז נישט קיין הזהרה אן קיין עונש, נאר נאך א הזהרה קומט תיכף א עונש, הייבן זיי אן צו ציטערען אין די הויז, די הויזן טראגע הייבן אן צו פלאטערן פון שרעק, אמת, נישט יעדער וועט זיך תיכף ברעכען, אדער בכלל, עס גייען זיין טעראריסטן און דיקטארטורן וואס גייען נישט אזוי שנעל וועלן אויפגעבן זייערע גאלדענע תקופה וואס זיי האבן געקענט מטנף זיין אויף יעדעמ’ס קאפ מיט די ארגסטע, עס איז סאך באקוועמער צו קענען טון וואס מען וויל, עבדא בהפקירא ניחה ליה, אבער וואס מער די פרעשור וועט זיין, אלץ נענטער און מער טשאנסעס וועט זיין אז דער טעראריסט זאל זיך ברעכן.

אט דאס איז געשעהן יעצט, אנשטאט זיך צו ביקן צום סעודישן סולטאן מיט זיבן כריעות, זאגט ער דעם מלך “קום מיט בלעכענע הויזן זונטאג”, דער מלך כאפט אן א ציטער ווייל ער קען דעם “משוגענער טראמפ” און ער ווייסט אז דער איז מסוגל צו מקיים זיין, תיכף גיבט זיך דער מלך א ביק, און זאגט שנעל “יא איך גיי זיין וואויל”, דער מלך איז מקבל פנים דעם טראמפ מיט די גרעסטע הכנעה און כבוד, און גיבט אים אלעס שנעל נאך ווייל ער האט מורא, חיל ורדה יאחזון, דערנאך דער כינעזער פרעזידענט, אויך מתוך יראת הכבוד געגעבן אמעריקא דעם כבוד וואס דער “וואוילער אבאמא” האט אין זיין שענסטן חלום נישט באקומען, כאטש דער מושגענער טראמפ האט זיך גערייצט מיט דעם כינעזער, און דער אובאמא האט אים געקושט.

כאטש? טאקע פארדעם, אויב גייט ער ווייזן כבוד פאר אבאמא וועט דאך אבאמא זיך מער נישט בייגן פאר אים ווייל די לינקע בייגן זיך נאר פאר טעראריסטן, מה שאין כן ביי טראמפ איז דאס פונקט פארקערט, דערנאך קומט קים יאנג און, דער זעהט אז טראמפ האט נישט מורא צו רעדן זיין קינדערישע בייזע שפראך, ער קען אויך! ער האט אויך קנעפלעך און ער ווייסט ווי אזוי מען נוצט עס, תיכף קומט דער קליינער קים צו לויפן וויינען “מה שאלתך וינתן לך” אלעס גיב איך דיר, ווען בשעת מעשה ווייזט ער די טעראריסטן פון פאלעסטינע, חברה ענק ווילן שלום? זייטס מענטשן! אז נישט דא האט איר א אמאבאסאדאר אין ירושלים!

איך האב נישט קיין מורא פון ענק, שרייטס אויף cnn וויפיל איר ווילט, איך דערשרעק מיר נישט, צו סוועט ארבעטען? פארואס נישט? תיכף ארבעטן, מוז נישט זיין, ווייל אויסרייסן זייער זעלבס זיכערקייט פון 50 יאר גייט נישט זיין גרינג, אבער דאס איז זיכער די אנהייב פון די טעראפי.

טאקע איראן האט זיך נאכנישט געבויגן, ער ברומט נאך פאר כעס, קען אפילו זיין אז דער איראנער וועט ח”ו יא אויספירן א טרעאר אדער צוויי צו ווייזן אז עס ארבעט נישט אויף אלע טעראריסטן, אבער נאכדעם וואס טראמפ וועט נוצן זיין אייזענע פויסט וועט דער איראנער הונט אויך שטיל ווערן און קומען שיינערהייט זיך בייגן. און אזוי ווייטער…

און געדענק, ווילאנג די יפי נפש די אייראפעישע לינקע שיינע חברה וועלן נישט רעדן טראמפ שפראך, וועלן די טעראריסטן זיך מאכן באקוועם ביי זיי אין שטוב, און קוילען און הרגענען זייערע אייגענע גאסט געבער מיט א מערעדרישע צינישע שמייכל לאכן פון זיי אין די פויסטן, און די רגע וואס די אייראפעער וועלן אנהייבן רעדן טראמפ שפראך וועלן די אייראפעאישע לענדער זיין סאך מער זיכער.

און ווען די לינקע זעהן דאס צו, אוי קאסט עס זיי א שטיק געזונט, קיינער האט נישט ליב צו ווערן אויסגעפראסעקט ברבים אז ער איז א לוזער, אז זיין סטארטעגיע ווערט צובלאזן אין די לופט, זיי קענען נישט אראפ שלינגען אז דער “חיה מטורפת טראמפ” איז מער באליבט ביי די מאסן און ביי די וועלט ווי דער זיסער דיפלאמאט באראק אבאמא, עס שלונגט זיך זייער שווער, און ווען מען דארף דאס שלונגען בלית ברירה וועט די האלדז מאכן אסאך גרודער, ווייל סגייט זייער שווער דורך די קנה און די ושט.

וואס האלט איר וועגן דעם ארטיקל שרייבט אייער קאמענט דא https://yiddishevinkel.com/archives/13295

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר