די טראמפ שאו איז שוין צו אומרעאליסטיש

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

די טראמפ שאו איז שוין צו אומרעאליסטיש

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג יוני 14, 2018 5:04 pm

איך קען מיך נישט בארואיגן פון אונזער נייעס-ציקל. דער בעסטער סקריפט-שרייבער וואלט אזוינס נישט געקענט אויסדאכטן. די גאנצע טראמפ פרעזידענטשאפט איז דאך שוין אזוי למעלה מן השכל אז א פיקטיווע טעלעוויזיע פראגראם וואס וואלט דאס אלעס געוויזן וואלט מען אוועקגעמאכט אלס אומרעאליסטיש. דער היינטיגער טוויסט איז אבער שוין גג על גג.

טראמפ האט זיך היינט מחיה געווען אז ס'איז ארויסגעקומען א רעפארט אז קאומי האט נישט ריכטיג געהאנדלט מיט די קלינטאן אימעיל סומאטאכע. אנשטאט דאס זאל זיין די גרעסטע שמחה דווקא פאר קלינטאן האט זיך שוין גענוג וואסער געגאסן אינעם האדסאן, אז יעצט איז דאס א שמחה פאר טראמפ. טראמפ רייסט אראפ קאומי פאר'ן שלעכט באהאנדלען קלינטאן -- די פרוי אויף וועמען ער האט געשריגן "לאק הער אפ" א דאנק די אומבארעכטיגטע אויספארשונג אויף איר.

און יעצט איז אנטדעקט געווארן אז קאומי זעלבסט האט זיך באנוצט מיט דזשימעיל פאר אפיציעלע FBI ביזנעס, גענוי דאס מיט וואס ער האט באשולדיגט קלינטאן, און א דאנק דעם אראפגעפירט איר קאמפיין פון די רעלסן! ווער קען דאס בכלל גלייבן.

אמאל אז כ'וועק מיך אויף פון א חלום וואונדער איך מיר אליין פארוואס איך האב נישט געכאפט אז ס'איז א חלום, היות ס'איז געווען אזוי אומרעאליסטיש. לעב איך אין א חלום? וואס גייט דא פאר?! העלפ!
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1675 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג יוני 14, 2018 6:46 pm

דאסאמאל איז זיכער אז איר לעבט אין א טיעפע חלום. קענסט שרייען אז איך לעב (אויך) אין א חלום. אפשר איז די גאנצע וועלט אנטשלאפן. ווער ווייסט?

לדעתי איז גאנץ רעאליסטיש אז מיר לעבן אין א רעגירונג וואס לויפט אויף בלעקמעיל און עקסטאָרשאָן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג יוני 15, 2018 2:54 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
lb180615c20180615124719.jpg
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט

cron