בלאט 1 פון 1

די טראמפ שאו איז שוין צו אומרעאליסטיש

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 6:04 pm
דורך העניך
איך קען מיך נישט בארואיגן פון אונזער נייעס-ציקל. דער בעסטער סקריפט-שרייבער וואלט אזוינס נישט געקענט אויסדאכטן. די גאנצע טראמפ פרעזידענטשאפט איז דאך שוין אזוי למעלה מן השכל אז א פיקטיווע טעלעוויזיע פראגראם וואס וואלט דאס אלעס געוויזן וואלט מען אוועקגעמאכט אלס אומרעאליסטיש. דער היינטיגער טוויסט איז אבער שוין גג על גג.

טראמפ האט זיך היינט מחיה געווען אז ס'איז ארויסגעקומען א רעפארט אז קאומי האט נישט ריכטיג געהאנדלט מיט די קלינטאן אימעיל סומאטאכע. אנשטאט דאס זאל זיין די גרעסטע שמחה דווקא פאר קלינטאן האט זיך שוין גענוג וואסער געגאסן אינעם האדסאן, אז יעצט איז דאס א שמחה פאר טראמפ. טראמפ רייסט אראפ קאומי פאר'ן שלעכט באהאנדלען קלינטאן -- די פרוי אויף וועמען ער האט געשריגן "לאק הער אפ" א דאנק די אומבארעכטיגטע אויספארשונג אויף איר.

און יעצט איז אנטדעקט געווארן אז קאומי זעלבסט האט זיך באנוצט מיט דזשימעיל פאר אפיציעלע FBI ביזנעס, גענוי דאס מיט וואס ער האט באשולדיגט קלינטאן, און א דאנק דעם אראפגעפירט איר קאמפיין פון די רעלסן! ווער קען דאס בכלל גלייבן.

אמאל אז כ'וועק מיך אויף פון א חלום וואונדער איך מיר אליין פארוואס איך האב נישט געכאפט אז ס'איז א חלום, היות ס'איז געווען אזוי אומרעאליסטיש. לעב איך אין א חלום? וואס גייט דא פאר?! העלפ!