על אל מאכט א נייע געזעץ

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

על אל מאכט א נייע געזעץ

הודעהדורך סקרן » מיטוואך יוני 27, 2018 1:27 pm

די וועלט איז אויף מיט די נייעס (וועלעכע וועלט כ'ווייס נישט)
מ'גייט אראפווארפען עני מענטש וואס וועט פאדערן מ'זאל טוישן די זיץ וועגן ער-זי ווילן נישט זיצן לעבן די אנדערע דזענדור
פארשטייט זיך די ערשטע ריספאנס פון א חלק מענטשן איז א באנדע אנטיסמיטן די ציונים וכו' וכו'
אן אנדערע חלק מענטשן בעיקר די וואס זיצן שוין גלייך און דרייען נישט איבער קיין פליגערס זאגן זייער גוט איינמאהל פאר אלעמאהל וועט מען קעירנעמען פון די חילולי השם וואס קומען פאר

צום אלעם ערשט וויל איך נאר האלבוועגס פרעגן האלבוועגס זאגע עפ"י הלכה איז נישט דא קיין פראבלעם מיט'ן זיצען לעבן א פרוי ס'דאכצעך מיר איך האב אזוי געזעהן פון רב וואזנער אויך
די איינציגסטע פראבלעם איז זיצען אינטער א פרוי וואס איז אויב עפעס אסור אלס אחורי ארי ולא אחורי אשה

ווייטער איז אבער אייביג דא די מענטשן וואס זיי געבן זיך אן עצה און טיילמאהל געלונגט עס טיילמאהל נישט אבער זיי דרייען ניישט איבער
און נאכדעם איז דא מענטשן וואס זיי קומען ארויף די לעצטע און דעמאלטס הייבט זיך אהן יו"ט (וואס דורך אזא מעשה איז מען כמעט צוגעקומען צו חילול שבת צוויי וואכן צוריק נאכ'ן ווארטען א שעה אויף איינעם און דערפאר איז ארויסגעקומען די חוק)

ווייטער וויל איך פארשטיין פארוואס אויף על אל מאכט זיך די מערסטע פראבלעמען מיט די זאכן למשל טוישן זיצען מאכ'ן מנינים וכו'

איז טייל וועלן זאגן ווייל זיי זענען אנטיסמיטן און ווילן אונז צוברעכן אדער זענען שונאי הדת
איך האב אבער א אן אנדערע אפשען און דער וואס האלט אנדערש זאל מיך אויפווייזען און זאל זיך אנרופען
אלע אידען אינקלאדינג פרומע פרייע אשכנזים ספרדים חסידישע ליטווישע מאדערנער וכו' פיהלען זיך זייער באקוועם אויף על אל ווייל ס'איז א היימישער עירליין ס'איז אידען
ממילא דערוואגט ער זיך אהנצורופען אדער טוהן זאכען וואס ער וואלט קיינמאהל נישט געטוהן אויף יונייטעד עמעריקען בריטיש
פארדעם האבן זיי די מערסטע פראבלעמען מיט דעם אזוי קלער איך

{והיינו טעמא פון שלאגן פאליציי פארברענען קארן אפשטעלן גאסען מיט דעם דערקלערט מען זיך אלס די גרעסטער ציוניסט אבער לאמיר נישט פארקריכן}
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך דער דאס » מיטוואך יוני 27, 2018 1:36 pm

קען זיין אז א היימישער יוד פילט זיך באקוועמער אויף על-אל װי אויף סיי וועלכע אנדערע עירליינס, אבער ווי ס'זעט מיך אויס איז לכאורה פארען אסאך מער היימישע יודן מיט זײ, מער ווי מיט אלע אנדערע, ממילא האבן זיי די מערסטע אינצידענטן.

קען זיין??
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך יוני 27, 2018 1:40 pm

אחורי אישה איז לכאורה ניט שייך מיט א עירפלעין זיץ. א מחיצה שלימה. (חוץ מזה די עיקר איסור פון אחורי אישה איז אין גאס,אויב זי וועט זיך אויפהייבן די קלייד בשלילות מים, ולכן אסרו מכל מקום).

נאך אן השערה פארוואס פונקט אויף אל-על, ווייל רוב אידן פארן דערמיט קיין ישראל.

(איך געדענק נישט, אבער איך מיין אז רב וואזנער'ס פסק איז פאר באסעס וכדו' אדער דאמעסטיק פלייטס. פאר לענגערע נסיעות, וואס עס איז די סדר צו שלאפן אדער זיך גוט גוט באקוועם מאכן, נישט).
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2010
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2530 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך יוני 27, 2018 1:42 pm

וחוץ מזה, פארענדיג אסאך קיין ארץ ישראל, אל על די ערגסטע אין רוב הינזיכטן. And much less accommodating in every aspect.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2010
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2530 מאל

הודעהדורך סקרן » מיטוואך יוני 27, 2018 1:44 pm

ס'געווען וואס האבן מקפיד געווען ביים זיצען אויך טאקע נישט קיין סאך
רב וואזנער'ס פסק איך געדענק נישט אז ער זאל מחלק זיין דאס איז דיין השערה ס'מאכט טאקע סענס
ס'פאהרן גענוג אידען ניט די אנדערע עירליינס און כמעט וואס מ'הערט נישט פון זיי אזעלעכע מעשיות
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 27, 2018 2:22 pm

אז מ'רעדט שוין. איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו זיצן נעבן א פרוי, ווען איך גיי אויפ'ן טרעין זיץ איך אלץ נעבן פרויען. אבער אויף א פליגער וועל איך נישט, טאקע ווייל זיי מאכן א גאנצע מצב דערפון. אז דו האסט א פראבלעם אז איך ווי נישט זיצן נעבן א פרוי, up @#%&, און דריי נישט קיין קאפ מיט חילול השם און די אלע אנדערע שטותים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2645
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1680 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 27, 2018 2:39 pm

רביה"ק זי"ע: איבער די סוגיא וועגן זיצן נעקסט צו א פרוי אויף אן עראפלאן. און מיט וואס אל על איז אנדערש פון די גוי'אישע עירליינס. ווייס איך נישט. ווייל איך בין נישט געפארן מיט א פלעין אין די לעצטע פאר יאר. איין זאך איז אבער לפלא. אז מיט יארן צוריק.פאר די היינטיגע דור מיט זייערע פאלשע פרומקייטן זענען אויפגעוואקסן, איז נישט געווען קיין שום פראבלעם מיט זיצן נעבן א פרוי אויף א פלעין. אדער אויף א באס. די אלע זאכן זענען נאר נולד געווארן זייט די מענטשן וועלכע האבן איבריג צייט האבן אנגעהויבן צו וועללן העלפן כביכול פאר'ן באשעפער פיהרן די וועלט. זיי זענען געווארן זיינע משגיחים און פאליציי...!

ווען איך פאהר אויפ'ן טרעין, האביך נישט קיין שום פראבלעם צו זיצן נעבן א פרוי. מעהר פעהלט נישט פאר א חסיד'ישן איד אז ער זאלל זיך אפזאגן צו זיצן נעבן א שחור'טע. זי וועט אויפמאכן א פיסק און ס'וועט ערשט דאמאלס ווערן א גרויסער חילול השם...!

אויך. ס'איז שוין די העכסטע צייט אז מ'זאלל אנהייבן לערנען מיט אונזער עולם סיי ווען מ'האנדלט לאקאל מיט די פרייע אידן אדער גויים. סיי ווען מ'פאהרט אויף א נסיעה מיט א פלעין. אז מ'זאלל זיך נישט פיהרן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. און איבערלאזן די אלע אנגעזאמלטע פרומקייט משוגעת'ן אינדערהיים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8357 מאל

Re: על אל מאכט א נייע געזעץ

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 27, 2018 3:27 pm

מ׳דארף פארשטייען די מיינדסעט פון די פארשוינען וואס מאכען א טאראראם.

איך האב אמאל געהאט די זכיה צו זיצען לעבען א גערער חסיד און זיין משפחה (ער האט געקוקט ווי איך פיל אויס די טופס, און מיין אדרעסס איז געווען רח׳ רלב"ח. אוי האט ער מקנא געווען), און ער האט מיר געזאגט אז די בא׳אמטער, הגם זיי רעדען זיך אפ, טיף אינעווייניג שעצען זיי די חרדים פאר׳ן זיך האלטען שטארק פרום.

וויאזוי רעדט מען צו אזא מענטש? ער זעט נישט קיין צרות און חילול ה׳, ער מיינט אז זיי שעצען עס. (אביסל ווי דער ראש הקהל וואס יעדער האט פיינט געהאט, און ער טוט עס נאך פאר׳ן כבוד)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מיטוואך יוני 27, 2018 9:53 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8665
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8149 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 27, 2018 5:19 pm

די ווארט 'חילול השם' ווערט צופיל אביוזט היינטיגע צייטן, ס'קריכט מיר שוין ארויס פון די נאז, כ'מיין אז די אלע וואס זענען אגאנצן טאג פארנומען מיט אזויגערופענע 'חילול השם' זאלן נאכקוקן אין גמרא וואס ס'מיינט, they'll be suprised.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2645
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1680 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 27, 2018 7:55 pm

רביה"ק זי"ע: טאקע אין יענע גמ' לערן איך אזוי פשט (א בעל עגלה'ס פשט) ווי די גמ' זאגט..."היכי דמי חילול השם. כגון מאי אהני ליה רבנן"...וואס הייסט א חילול השם. אז דער תלמיד חכם וועט זיך אזוי אויפפיהרן אז די עמי הארצים און פראסטע מענטשן וועללן זאגן..."מאי אהני ליה רבנן"...וואס האבן די רבנן אויפגעטאן. מיט וואס זענען זיי אנדערש. בעסער אדער אידעלער פון א צווייטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8357 מאל

Re: על אל מאכט א נייע געזעץ

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 27, 2018 10:46 pm

יין שרף האט געשריבן:אחורי אישה איז לכאורה ניט שייך מיט א עירפלעין זיץ. א מחיצה שלימה. (חוץ מזה די עיקר איסור פון אחורי אישה איז אין גאס,אויב זי וועט זיך אויפהייבן די קלייד בשלילות מים, ולכן אסרו מכל מקום).

נאך אן השערה פארוואס פונקט אויף אל-על, ווייל רוב אידן פארן דערמיט קיין ישראל.

(איך געדענק נישט, אבער איך מיין אז רב וואזנער'ס פסק איז פאר באסעס וכדו' אדער דאמעסטיק פלייטס. פאר לענגערע נסיעות, וואס עס איז די סדר צו שלאפן אדער זיך גוט גוט באקוועם מאכן, נישט).
ס'דא א תשובה אין איגרות משה, א"ה חלק ב' סימן י"ד ווי ער איז דן איבער די נושא, לגבי פארן צו די ארבייט מיט די טרעין אדער באסעס ווי מ'שטופט זיך און ר' משה זעהט קיין שום פראבלעם דערין, וויבאלד ס'ווערט נישט געטוהן צוליב תאווה, און פון די תשובה איז משמע אז ס'נישט קיין שום חילוק טרעין, באס, עראפלאן, קורצע וועג צו לאנגע וועג, און נאכמער, ר' משה רעדט דארט איבער א מצב ווי מען שטופט זיך צוזאמען, נישט סתם זיצן איינס נעבן די אנדערע עיי"ש ותמצא נחת.

איך פערזענליך האב הנאה פון דעם וואס אל על האט געמאלדן, ווייל ווען כ'בין אין פובליק און אזעלעכע זאכן קומען פאר ווי אפאר איבערגעפרומטע צוהיצטע יונגען דרייען איבער אלעס וועגן זייערע OCD's אדער פאר אנדערע קראנקע (הייליגע) סיבות און פארקויפן עס פאר קודשא בריך הוא'ס נאמען, שעהם איך מיך געפערליך מיט מיינע חרידישע קליידונג, כ'שפיר ווי כ'רייס עס אראפ פון מיר
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1327 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 27, 2018 10:57 pm

קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דאס 'על אל'? איז דאס א שוועסטער מיט 'אל על'?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2645
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1680 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:46 am

רביה"ק זי"ע: דאס איז דער סאטמאר'ער, אזיאטישער, מארמארישער, אונגערישער (נחום) וועג פון שרייבן און ליינען אל על. איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל און איך האב געליינט די עדס פון אל על, האביך מיך אייביג געוואונדערט פארוואס מ'רופט זיי ..."על אל"...ס'שטייט דאך ..."אל על"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8357 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:45 am

פשוט, אין אידיש איז א ע' ווי א סגול, און דער א' ווי א פתח.
מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15096
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:47 am

לגבי דעם געזעץ, ס'איז שווער צו זאגן, מען קען הערן ביידע צדדים.
איך רעד נישט לגבי הלכה, יעדער זאל פרעגן זיין דיין.
איך בין מסופק אויב אל-על טוט דאס צוליב רשעות, כ'גלייב אז ס'באדערט זיי נישט די פרומקייט, נאר דאס איבערדרייען דעם פליגער און גורם זיין דילעיס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15096
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:57 am

שמעקעדיג: ס'נישט אז איך וויל מלמד זכות זיין אויף די פרייע חברה די עראפלאן מאנשאפט. איך קען דיר גאראנטירן אז זיי האבן נישט קיין טראפ סימפאטיע פאר די געפיהלן פון די ערליכע אידן. יא גערעכט צו נישט גערעכט. ווייל איך בין אמאל געווען אנוועזנד אין קענעדי עירפארט ווען דער באבוב'ער רב הרה"צ ר' שלמה זצ"ל איז געפארן קיין ארץ ישראל. (מיין זון האט דאמאלס געלערנט אין באבוב און ער איז מיטגעפארן מיט די נסיעה.) האביך מיטגעהאלטן ווי די געמיינע יונגען מיט א שיקסע האבן געמאכט ליצי ליצנות פון די חסיד'ישע אידן. האביך פונקט געטראכט אז די אמעריקאנער גויים, לכה"פ ווען דו גיסט אריין גרויס געלט אין זייער קעשענע באהאנדלען זיי דיך מיט רעספעקט. אבער נישט זיי, ליידער...אבער אין דעם פאל איז געווארן א גרויסע מהפיכה (אזוי האביך געליינט אין די איזראעלי נייעס.) ווען א טייל פון די פרייע פאסאזשירן האבן גענימען פארפיהרן פארוואס מ'געט נאך פאר די ערליכע אידן. און דער עראפלאן שפעטיגט. ס'הייסט ס'איז געווארן א טייל פון די קולטור מלחמה וואס גייט ליידער אן אין ארץ ישראל...! איז די מאנשאפט משוגע געווארן. זיי האבן געפאניקט. און זיך נישט געוואוסט קיין עצה צו געבן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8357 מאל

הודעהדורך זוכער » דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:02 pm

די אפיציעלע סיבה פארוואס די פלי געזעלשאפט האט געמאכט די נייע פארארדענונג, איז צוליב א שטורם וואס א ריזיגע טעכנאלאגיע פירמע האט געסטראשעט, אז זיי גייען מער נישט לאזן זייערע ארבעטער פאר'ן מיט על אל, צוליב די פרויען דיסקרימינאציע.

איך האלט נישט אז סיי וועלכע אנדערע ביזנעס וואלט אנדערש געהאנדלט ווען עס קומט צו א געלט שאדן.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: על אל מאכט א נייע געזעץ

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:05 pm

די נושא איז זייער א סענסטיווער נושא אין איינע פון די מערסטע אומריכטיגסטע זאכן אינטער חרדיזם, איך האב שוין געפארן מיט אלע עירליינס, די סיבה פארוואס די נייעס קומט נאר פון אל-על איז א פשוט'ע אל-על האט נאר אידן אין דערפאר שלינגען עס די מענטשן נישט אראפ, די זאך איז אזוי, א פליגער איז זייער לאנג, און קיינער ווייסט וואס עס טוט זיך ווען ס'איז דא א וויכוח ארויפציר דערפאר אויף אל-על ווי עס איז דא איבעראל אידן ווערט עס נאכדעם ריפארטעט אין די איזראעלי מידיע, והשנית די איזראעלי פרויען ווייסן פארוואס מען ריקט זיי מה שאין כן אמעריקאנע/אירופעאישע און דאס ברענגט די עקשנות פון פרויען זיך נישט צי ריקן, איבעראל ריקט מען פאסאזשירן... עס דערמאנט מיר א קאמישע עפיזאד ווען איך בין געווען יונג בין איך געווען אויף א פליגער אין געזיצן נעבן א מיידל, היות איך ליידט נישט פון די פלעצער געריקאכצט... האט אבער איר טאטע איר געריקט... זעט אויס ער האט מורא געהאט אז איך וועל מאכן קשר מיט איר...

עניוועי ציריק צי די נושא, אויף הלכה איז דאס שוואך באזירט, קיין נגיעה איז נישטא קיין הנאה איז זיכער נישט דא, פארשטייט זיך געזונטע מענטשן, נאר ווי עס איז ווייטאגליך איז די מציאות, אויב איינער זאגט אז נעבן א מיידל וויל ער נישט זיצן אפילו נגיד איך בין מחולק מיט עם אבער גוט, אויב מ'וועט אויסציען די מיידל ארגומענט פאר פרויען ביז 50 יאר קען איך אויך מסכים זיין, אבער למען השם די געריקאכצט רעדט מען פון באבעס פון 86 יאר מרת ראבינאוויטש איז 86 יאר וואס זי האט אריגינעל אריינגעגעבן די לאו סאוט, קען מיר איינער מסביר זיין די פארשאלטענע/רשעות'דיגע לאגיק פון נישט זיצן נעבן א באבע פון 86 יאר, איך האב מיטגעהאלטן אויף דעלטא די זעלבע שטות א באבע פון 80 יאר און א יונגערמאן האט געוואלט זי זאל טוישן זיץ, למען השם וואס איז די פארשאלטענע לאגיק, ווען די עולם זאל ווען האבן שכל און פארלאנגען זאכן נארמאל וואס מען נישט אנגעקומען צי די מצב נאר אז מען פירט זיך אויף ווי אן אייזל זעט עס אזוי אויס, מען פארלאנגט טויט צי רויט אז מען מיז טוישן זיץ און דערנאך איז עס א מלחמה
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

Re: על אל מאכט א נייע געזעץ

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:07 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:לגבי דעם געזעץ, ס'איז שווער צו זאגן, מען קען הערן ביידע צדדים.
איך רעד נישט לגבי הלכה, יעדער זאל פרעגן זיין דיין.
איך בין מסופק אויב אל-על טוט דאס צוליב רשעות, כ'גלייב אז ס'באדערט זיי נישט די פרומקייט, נאר דאס איבערדרייען דעם פליגער און גורם זיין דילעיס.
אל-על איז מחיוב אינטער איזראעלי געזעץ נישט צי טוישן, און צווייטן קאמפעניס האבן געסטראשעט צי באקאטירן אל-על
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך טרויבן88 אום דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:08 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט, אין אידיש איז א ע' ווי א סגול, און דער א' ווי א פתח.
מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.

שמעקעדיג: ס'איז אייגנטליך א ווארט פון תנ"ך. ס'שטייט אין איינס פון די הפטורות וואס מ'זאגט שבת...! דער טייטש דערפון איז..."צו די הויעכן"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8357 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:09 pm

א הלכה איז א הלכה, ביי שמירת עינים איז נישט קיין חילוק די עידזש, בת ק' כבת כ'.
אויב יענער האלט אז הלכה'דיג טאר מען נישט זיצן נעבן א פרוי, איז נישט קיין נפק"מ ווי אלט זי איז.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15096
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך דער שכן » דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:10 pm

טרויבן88 האט געשריבן:די נושא איז זייער א סענסטיווער נושא אין איינע פון די מערסטע אומריכטיגסטע זאכן אינטער חרדיזם, איך האב שוין געפארן מיט אלע עירליינס, די סיבה פארוואס די נייעס קומט נאר פון אל-על איז א פשוט'ע אל-על האט נאר אידן אין דערפאר שלינגען עס די מענטשן נישט אראפ, די זאך איז אזוי, א פליגער איז זייער לאנג, און קיינער ווייסט וואס עס טוט זיך ווען ס'איז דא א וויכוח ארויפציר דערפאר אויף אל-על ווי עס איז דא איבעראל אידן ווערט עס נאכדעם ריפארטעט אין די איזראעלי מידיע, והשנית די איזראעלי פרויען ווייסן פארוואס מען ריקט זיי מה שאין כן אמעריקאנע/אירופעאישע און דאס ברענגט די עקשנות פון פרויען זיך נישט צי ריקן, איבעראל ריקט מען פאסאזשירן... עס דערמאנט מיר א קאמישע עפיזאד ווען איך בין געווען יונג בין איך געווען אויף א פליגער אין געזיצן נעבן א מיידל, היות איך ליידט נישט פון די פלעצער געריקאכצט... האט אבער איר טאטע איר געריקט... זעט אויס ער האט מורא געהאט אז איך וועל מאכן קשר מיט איר...

עניוועי ציריק צי די נושא, אויף הלכה איז דאס שוואך באזירט, קיין נגיעה איז נישטא קיין הנאה איז זיכער נישט דא, פארשטייט זיך געזונטע מענטשן, נאר ווי עס איז ווייטאגליך איז די מציאות, אויב איינער זאגט אז נעבן א מיידל וויל ער נישט זיצן אפילו נגיד איך בין מחולק מיט עם אבער גוט, אויב מ'וועט אויסציען די מיידל ארגומענט פאר פרויען ביז 50 יאר קען איך אויך מסכים זיין, אבער למען השם די געריקאכצט רעדט מען פון באבעס פון 86 יאר מרת ראבינאוויטש איז 86 יאר וואס זי האט אריגינעל אריינגעגעבן די לאו סאוט, קען מיר איינער מסביר זיין די פארשאלטענע/רשעות'דיגע לאגיק פון נישט זיצן נעבן א באבע פון 86 יאר, איך האב מיטגעהאלטן אויף דעלטא די זעלבע שטות א באבע פון 80 יאר און א יונגערמאן האט געוואלט זי זאל טוישן זיץ, למען השם וואס איז די פארשאלטענע לאגיק, ווען די עולם זאל ווען האבן שכל און פארלאנגען זאכן נארמאל וואס מען נישט אנגעקומען צי די מצב נאר אז מען פירט זיך אויף ווי אן אייזל זעט עס אזוי אויס, מען פארלאנגט טויט צי רויט אז מען מיז טוישן זיץ און דערנאך איז עס א מלחמה


אהער אדער אהין. מען קען אויפקומען מיט בלבולים אז א מאן האט אנגערירט.., און וואס אויב ער איז אנגעשלאפן און טאקע עפעס האט אנגערירט עפעס (נישט קיין חילוק וואס). ווער דארף די העדעיק?
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 187 מאל

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:14 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:א הלכה איז א הלכה, ביי שמירת עינים איז נישט קיין חילוק די עידזש, בת ק' כבת כ'.
אויב יענער האלט אז הלכה'דיג טאר מען נישט זיצן נעבן א פרוי, איז נישט קיין נפק"מ ווי אלט זי איז.

קיין הלכה איז דאס נישט, יעצט בלייבט מען איבער נאר מיט שכל
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

Re: על אל מאכט א נייע געזעץ

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:16 pm

דער שכן האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:די נושא איז זייער א סענסטיווער נושא אין איינע פון די מערסטע אומריכטיגסטע זאכן אינטער חרדיזם, איך האב שוין געפארן מיט אלע עירליינס, די סיבה פארוואס די נייעס קומט נאר פון אל-על איז א פשוט'ע אל-על האט נאר אידן אין דערפאר שלינגען עס די מענטשן נישט אראפ, די זאך איז אזוי, א פליגער איז זייער לאנג, און קיינער ווייסט וואס עס טוט זיך ווען ס'איז דא א וויכוח ארויפציר דערפאר אויף אל-על ווי עס איז דא איבעראל אידן ווערט עס נאכדעם ריפארטעט אין די איזראעלי מידיע, והשנית די איזראעלי פרויען ווייסן פארוואס מען ריקט זיי מה שאין כן אמעריקאנע/אירופעאישע און דאס ברענגט די עקשנות פון פרויען זיך נישט צי ריקן, איבעראל ריקט מען פאסאזשירן... עס דערמאנט מיר א קאמישע עפיזאד ווען איך בין געווען יונג בין איך געווען אויף א פליגער אין געזיצן נעבן א מיידל, היות איך ליידט נישט פון די פלעצער געריקאכצט... האט אבער איר טאטע איר געריקט... זעט אויס ער האט מורא געהאט אז איך וועל מאכן קשר מיט איר...

עניוועי ציריק צי די נושא, אויף הלכה איז דאס שוואך באזירט, קיין נגיעה איז נישטא קיין הנאה איז זיכער נישט דא, פארשטייט זיך געזונטע מענטשן, נאר ווי עס איז ווייטאגליך איז די מציאות, אויב איינער זאגט אז נעבן א מיידל וויל ער נישט זיצן אפילו נגיד איך בין מחולק מיט עם אבער גוט, אויב מ'וועט אויסציען די מיידל ארגומענט פאר פרויען ביז 50 יאר קען איך אויך מסכים זיין, אבער למען השם די געריקאכצט רעדט מען פון באבעס פון 86 יאר מרת ראבינאוויטש איז 86 יאר וואס זי האט אריגינעל אריינגעגעבן די לאו סאוט, קען מיר איינער מסביר זיין די פארשאלטענע/רשעות'דיגע לאגיק פון נישט זיצן נעבן א באבע פון 86 יאר, איך האב מיטגעהאלטן אויף דעלטא די זעלבע שטות א באבע פון 80 יאר און א יונגערמאן האט געוואלט זי זאל טוישן זיץ, למען השם וואס איז די פארשאלטענע לאגיק, ווען די עולם זאל ווען האבן שכל און פארלאנגען זאכן נארמאל וואס מען נישט אנגעקומען צי די מצב נאר אז מען פירט זיך אויף ווי אן אייזל זעט עס אזוי אויס, מען פארלאנגט טויט צי רויט אז מען מיז טוישן זיץ און דערנאך איז עס א מלחמה


אהער אדער אהין. מען קען אויפקומען מיט בלבולים אז א מאן האט אנגערירט.., און וואס אויב ער איז אנגעשלאפן און טאקע עפעס האט אנגערירט עפעס (נישט קיין חילוק וואס). ווער דארף די העדעיק?
זיכער, אויב מען קען עס טון אויף א נארמאלע אופן, פארוואס נישט, אבער רעדט פון אראפשטעלן א טויט צי רויט ליניע וואס די צעדרייטע מענטשן טוען, טראצדעם וואס איז א נארישע חרדיזם פאבּיע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך טרויבן88 אום דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:21 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

Re: על אל מאכט א נייע געזעץ

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:17 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט, אין אידיש איז א ע' ווי א סגול, און דער א' ווי א פתח.
מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.

שמעקעדיג: ס'איז אייגנטליך א ווארט פון תנ"ך. ס'שטייט אין איינס פון די הפטורות וואס מ'זאגט שבת...! דער טייטש דערפון איז..."צו די הויעכן"...!
יא אמת. נאר דער בעל האשכול האט זעהט אויס מורא געהאט פון @רביה"ק זי"ע אז ער וועט עם אנשרייען אז ס'ענדערש זיך צו ביקן 100 מאל פארן צלם ווי לערנען/רעדן איין ווארט עיברית, האט ער עס פארדרייט, אוו אויך כדי להוציא מלבן של... אז ער איז ח"ו נישט פארכאפט אין ציונות
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1327 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט