די (אומ)שילדיגע שיסעריי אין א קעפיטאל גאזעט צייטונג אפיס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

די (אומ)שילדיגע שיסעריי אין א קעפיטאל גאזעט צייטונג אפיס

שליחה דורך דאכצעכמער »

די שיסעריי אין א קעפיטאל גאזעט צייטונג אפיס איז א נייעס וואס ארף אונז געבן א שטיקל וועק אויף יעדער געדענקט די שטורעם ארום די סאציאלע מידיע ר' עקיבא'לע קליין א זיסער איד וואס די סאציאלע מידיע האט אים אומאנגענעם געמאכט דאס לעבן

היינט האט איינער "דזשעראד ראמוס" א לאקאלער איינוואוינער אין מערילענד אויסגעגעבן זיין ווייטאג איך וויל נישט שרייבן זיין בארעכטיגעטע ווייטאג ווייל הרג'ענען מענטשן איז נישט א בארעכטיגעטע זאך, אבער ארויסגעגעבן זיין ווייטאג איבער א אינצעדענט וואס גייט צוריק צו 2012 וואס ער האט פראבירט צו ברענגן די צייטונג באאמטע צו גערעכטיגקייט נאכ'ן אים באשמיצן, אבער אן ערפאלג, און יעצט איז געקומען די רייע אויף זיי

איך וויל מען זאל פארשטיין, ווען א צייטונג שרייבער צולאזט זיך איבער א פאפולערער פיגור, אפילו ממש ביזן אים צוגרינדלייגן איז ווייט נישט בארעכטיגט, לאמיר נעמען אזא איינער ווי אונזער טראמפ ירום הודו, וואס די צייטונגן פראבירן אים (אומ)ערפאלגרייך אראפצוקלאפן און באשמוצן, עס איז א שטיקל פעי"ר דיע"ל, ער האט זיך ארויסגעשטעלט אין די עפענטליכקייט מוז זיינע קריאויזע טוישונגן נו וואס זאל ער ערווארטן, אודאי וועלן אים די צייטונגן ארונטער רייסן, נאכאמאל איך געב זיי נישט גערעכט אבער עס איז וויכטיג צו האבן די צייטונג מאכט כדי צו זיי אנגעגרייט מיט די "וואפן" וואס הייסט טינט און פאפיר קעגען מאכטפולע פיגורן, הגם עס ווערט צומאל אדער רוב מאל באנוצט מיט פיל מאכט אבער שוין, דאס איז פארשטענדליך

די געמיינקייט און פרעכקייט פון באשמיצן מענטשן, הרג'ענען לעבעדיגערהייט א מענטש, נעמען א מענטש וואס "מען האט אים באשולדיגט" און ער איז דורך געגאנגן די שבעה מדורי גהינום פון קארט לויער'ס סענטרעל בוקינג שרעק און טעראר, דארף ער זיך יעצט ספראווענען קעגען די מאכטפולע וואפן וואס איז געמאכט צו ניצן קעגען מאכפולע פירער

יעדע מענטש וואס איז ווערט אנגעקלאגט אין געריכט, צו עס האט זיך געדאכט פאר די פאליציי אז ער האט פארלעצט די געזעץ, איז זיין בלוט הפקר צו די נידריגע צייטונג שרייבער.

איך נעם נישט קיין שטועלונג צו די שיסעריי איז אויסגעהאלטן און עס איז זיכער נישט אויסגעהאלטן צו הרג'נען א מענטש, אבער איידער איר לויפט לייגן א קראנץ בלומען פאר די פארשטארבענע שרייבער, גוט א טראכט אפשר זענען זיי נישט קיין אומשולדיגע, ציווילע בירגער, אפשר איז זיך זיי געקומען דין מיתה, אפשר האבן זיי גע'הרג'עט מענטשן, אפשר האבן זיי פארגאסן אומשולדיג בלוט, מיט זייער "פרידאם אף ספיעטש" וואפן, איך מיין...

ווען איר טראכט פון די שיסעריי, א שטייגער ווי די לאס וועגעס שיסעריי, צו די שיסעריי ביי די ארלענדא נייט ...עי קלאב, אדער אנדערע קלענערע שיסערייען, בעט איך אייך פאראייביגט נישט דעם אינצידענט אינם זעלבן ליסטע, פארשטייט גוט גוט דעם חילוק , זיי זענען נישט אומשלדיג.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר