עלליס דזשאנסאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

עלליס דזשאנסאן

שליחה דורך טרויבן88 »

פאר אפאר וואכן ציריק האט טראמפ ארויסגעלאזט עליס דזשאנסאן פון תפיסה ווי זי האט געדינט א לעבנסלענגליכע טורמע אורטייל איבער פארקויפן קאקעין זי מיט נאך דרייצן זענען ארעסטירט געווארן אין די קעיס און זי איז געווארן ארעסטירט און פאראורטיילט פאר לעבנסלענגליכע תפיסה, פון איין זייט איז עס פרייליכע נייעס אז זי איז ארויסגעלאזט געווארן, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען האלטן אין איין געדענקן אז נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן באקומען חנונה פונעם פרעזידענט צי עס זאל זיין רובאשקין, עלליס דזשאנסאן וכו' איז דא הונדערטער טויזענטער וואס זענען אין תפיסה פאר גארנישט, סתם א שחצנות'דיגע פראסעקיוטער וואס האלט נישט ביים אראפטרעטן פונעם בוים, מיר לעבן אין א געוויסע זין אין די ליבעראלע ניו יארק ווי דער אלטער היינס מיט זיין שמש האבן אנגעקלאגט מענטשן רעכטס אין לינקס אין ברוך השם א טייל האט מען שוין ארויסגעלאזט, אבער לא כן אין אנדערע סטעיטס ווי די פראסעקיוטארס האלטן אז אויב מ'טוט וואס איז ריכטיג קען דאס ציברענגן אז עכטע קרימינאלן זאלן זיך ארויסגליטשן, וואס קען זיין אמת אבער א שוואכע בארעכטיגונג, איז ציריק מיט די דראגס, די מלחמה אנטקעגן דראגס איז איינע פון די גרעסטע מענטשן רעכט פארלעצונגען איז דעם 21 יאר הונדערט, מ'אינפארסירט א געזעץ וואס כמעט יעדער ווייסט אז איז א פארלוירענע שלאכט, אבער מען געט נישט אויף, פון ווי קומט די רשעות אין אכזריות צי ארעסטירן מדי יום אן ארימע מענטש און עם אריינלייגן אין די סיסטעם ווייל? ער האט אביסל גראז! איך זאג נישט אז דראגס איז גוט און איך אדוועקיר נישט פאר דראגס, אבער איך זאג יא אז די כח פון דראגס איז שטערקער און האט אונז איבערגעפלייצט און האט אונז באזיגט, דערפאר איז די צייט זיך צי ריקן ווייטער געצווינגענערהייט, די מלחמה גייט שוין אן איבער א הונדערט יאר און??? מיר האבן הינט, פול באדי סקעננערס, עקס-רעי, שטרענגע מינימום סענטעסינג, מען פאליציי כוחות ווי קיינמאל בעפאר, מער מענטשן אין תפיסה, מער טויטע אין מעקסיקא ווי קיינמאל בעפאר, און??? א רעטעך, דראג אימפארט בלייבט די זעלבע, עס איז צייט פאר טויש אין זיך ריקן ווייטער, בלייבן קעמפן מיט קאפ אין וואנט טראגט נישט אין ערגעץ,
לעב אין לאז לעבן.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר