מידטורם 2018

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
היטשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 15, 2018 8:00 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

מידטורם 2018

שליחה דורך היטשער »

שטייענדיג א קארגע דריי א האלב חדשים איידער די מידטורם עלעקשען איז שוין העכסט צייט אנצוהייבן רעדן דערפון, און יעדער איז מכובד צוצולייגן נופך משלו

לאמיר אנהייבן מיט ניו יארק סטעיט;
היינט איז ערשינען א נייע אנקעטע פון 'קוויניפיעק' וואס ווייזט עטליכע אינטערסאנטע פונקטן:
אין די דעמאקראטישע גאווערנאר פריימערי געווינט אינקאמבענט גאווערנאר קאומא 59% צו פרוי ניקסאן'ס 23%
און אפילו צווישן פרויען געניסט קאומא פון א 38% אויבערהאנט!

אין א 6 שפיציגע זשענעראל עלעקשען פארמעסט געניסט קאומא פון א 20% אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנער קאנדידאט, און אין א 2 שפיציגע פארמעסט געניסט קאומא פון א 26% אויבערהאנט.

אין א צייכן ווי שוואך דער רעפובליקאנער קאנדידאט איז, זאגן צוויי דריטל אויסגעפרעגטע אז זיי האבן נאך נישט גענוג געהערט פון אים, און נאך מער, אזויפיל ווי 55% רעפובליקאנער זאגן אז זיי האבן נאכנישט געהערט פון אים.

אין די זשענעראל עלעקשען סענאט פארמעסט געניסט אינקאמבענט דעמאקראט זשיליברענד א באקוועמע 27% אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנער, און אזויפיל ווי דריי א פערטל אויסגעפרעגטע און 69% רעפובליקאנער זאגן אז זיי האבן נאכנישט געהערט גענוג פון די רעפובליקאנער קאנדידאט.

נאך אן אינטערעסאנטע פונקט;
59% אויסגעפרעגטע זאגן אז זיי דארפן ענדערשט איינער מיט עקספיריענס פאר די גאווערנאר אמט קעגן בלויז 30% וואס ווילן א פרישן פנים, ווען מען צוטיילט עס צווישן די פארטייען זאגן אזויפיל ווי 49% רעפובליקאנער אז זיי ווילן ענדערשט א פריש פנים, און אזויפיל ווי 77! פראצענט דעמאקראטען זאגן אז זיי דארפן ענדערשט איינעם מיט עקספיריענס.בילדבילדבילדבילדבילדבילדבילד

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר