די פרשה מיט די..."אם המזריקה"...!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19600
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14893 מאל
קאנטאקט:

די פרשה מיט די..."אם המזריקה"...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

התנצלות המגיב(ד)...!

די נייעס וואס איך ווילל דא ברענגען באלאנגט לכאורה אין אן עקזיסטירנדיגן אשכול. נאר איך קען עס נישט טרעפן. האביך אויפגעמאכט א נייעם אשכול...!

אין ירושלים עיר הקודש שפיעלט זיך יעצט אפ א פרשה וואס האלט זיך נאך אינמיטן אנטוויקלען. און איך האב שטארק מורא אז די חילונים. דער טייל פון די נישט רעליגיעזע באפעלקערונג וועלכע זוכן אייביג נאר שלעכטס אויף די ערליכע אידן וועללן (ח"ו) מאכן מטעמים פון אט די פרשה.
פאר בערך 2 וואכן צוריק האבן די פאליציי אין ירושלים ארעסטירט א חרד'ישע פרוי, וועלכע האט 10 קינדער. און פאר 5 פון איהרע קינדער האט זי געגעבן איינשפריצונגען פון אינסולין. די מעדיצין וואס מ'געט פאר מענטשן וועלכע ליידן פון דייעביטיס. טייפ 1 אדער טייפ 2.

לויט ווי די נייעס באריכטן געבן איבער. זענען די קינדער געזונט. זיי ליידן נישט ח"ו אויף דייעביטיס.נאר די מאמע האט געוואלט ארויסשלעפן גרויסע געלטער פון די ביטוח לאומי. די סאושל סעקיוריטי אגענטור. די רעפארטס געבן איבער אז זי האט אויף עפעס אן אופן באקומען א בריעף פון א דאקטארין אז 5 פון איהרע קינדער ליידן אויף דייעביטיס. (די דאקטארין ווערט אויכעט יעצט אויסגעפארשט.). די משפחה האט אנגעבליך באקומען 15 טויזנט שקל א חודש פון די ביטוח לאומי.

איינער אדער מער פון איהרע קינדער זענען געווען אין שערי צדק שפיטאל. און א נוירס האט באמערקט אז די מאמע האט געהאלטן עפעס א סירינדזש אין די הענט און זי האט געגעבן אן איינשפריץ פאר דעם קינד. אויך האבן די דאקטוירים און סטעף באמערקט אז ווען די מאמע איז נישט געווען מיט די קינדער, איז די מאס פון צוקער קאנצענטראציע אין זייער בלוט געווען נארמאל. נאר ווען זי איז געווען מיט זיי איז די מאס פון צוקער געווען געהעכערט. האט די סטעף גערופן די פאליציי. און מ'האט ארעסטירט די מאמע.

אין ארץ ישראל, אלס דעמאקראטיש לאנד איז דא א געזעץ אז די פאליס קענען נישט האלטן א מענטש נאכדעים וואס זיי ארעסטירן איהם, ווילאנג זיי וויללן. נאר זיי מוזן איהם ברענגען ביז א טאג אדער 2 אין קאורט. צו א דזשאדזש. און דער דזשאדזש איז מחליט אויב מ'זאלל דעם מענטש ארויסלאזן אויף בעיל ביז צום משפט. אדער ווייטער האלטן. אויב די פאליס טענה'ן אז זיי האלטן אינמיטן אן אויספארשונג קענען זיי פארלאנגען אז מ'זאלל דעם ארעסטאנט פארהאלטן נאך לענגער אין תפיסה. געוויינליך געט דער קאורט נאך. און זיי קענען איהם האלטן נאך 2 אדער 3 טעג. דאס הייסט הארכת מעצר. און ביי דעם קעיס האבן די פאליס פארלאנגט שוין צום 5'טן מאל אן הארכת מעצר. מיט די טענה אז זיי האלטן שוין כמעט ביים ענד פון די אויספארשונג. און דער קאורט האט עס נאכגעגעבן. דער שופט האט געזאגט אז זיי האבן געפונען נייע אינפארמאציע פון עביוז פון ביידע עלטערן. צוערשט האבן זיי ארעסטירט אויך דעם טאטן. מיט די טענה אז ס'איז נישט מעגליך אז ער זאלל נישט האבן געוויסט וואס זיין ווייב האט געטון. אבער ער איז באפרייט געווארן מיט ..."תנאים מגבילים"...דאס איז כמעט אזוי ווי הויז ארעסט. נאר ער איז נישט אין זיין אייגן הויז. ער שטייט איין ביי קרובים.

דערווייל איז דא א צו איסור פירסום. א פארבאט צו שרייבן דעם נאמען פון די עלטערן. אפילו די בילד פן די מאמע אין קאורט איז אויכעט פארווישט. אבער איינמאל די ..."פרקליטות"...ד.מ. דער דיסטריקט אטוירני וועט אפיציעל אנקלאגן די מאמע, וועט מען שוין מעגן ארויסשרייבן דעם נאמען מיט די פיקטשער...!

איך האב מורא פון 2 זאכן. אז די פרייע מידיא וועללן מאכן מטעמים פון דעים. און באשמוצן אלע ערליכע אידן...!

די 2'טע זאך פון וואס איך האב מורא איז, אז די סיקריקין. די צעווילדעוועטע חיות און ליידיגגייערס וועלכע באווואוינען די חרד'ישע געגנטן אין ירושלים, וועללן האבן א גוטן תירוץ צו מאכן ראיאטן. אנצינדן גארביטש קאנטעינערס און צוברעכן טרעפיק לייטס. און זיך שלאגן מיט די פאליציי...! ארויסגעבנדיג דעם איבערפלוס פון ענערגיע וואס זיי האבן אנגעזאמלט.

די רעגירונג האט , לפענ"ד געהאנדלט זייער מענטשליך. זיי האבן גענימען א משפחה וואס זאלל זיך אפגעבן מיט די קינדער אין זייער אייגענע דירה. אזוי אז זייער לעבן זאלל נישט געשטערט ווערן...!

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר